Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

Daniel 3 OYTANAKH

Show OYTANAKH only
Verse × ×
1 King Nebuchadnezzar made a gold statue, about ninety feet tall and nine feet wide, and set it up on the Dura plain in Babylon province. דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט געמאַכט אַ געשטאַלט פֿון גאָלד, װאָס איר הײך איז געװען זעכציק אײַלן, איר ברײט זעקס אײַלן; ער האָט זי אױפֿגעשטעלט אין גלײַכן פּלאַץ דוראָ, אין דער מדינה פֿון בָבֿל.
2 King Nebuchadnezzar sent for the satraps, prefects, governors, counselors, treasurers, judges, magistrates, and all provincial officials to come to the dedication of the image he had set up. און דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט געשיקט אײַנזאַמלען די סאַטראַפּן, די הערשער, און די פֿירשטן, די ריכטער, די שאַצמײַנסטער, די ראַטגעבער, די אױפֿזעער, און אַלע געװעלטיקער פֿון דער מדינה, צו קומען צו דער באַנײַונג פֿון דער געשטאַלט, װאָס דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט.
3 Then satraps, prefects, governors, counselors, treasurers, judges, magistrates, and all provincial officials gathered to dedicate the statue King Nebuchadnezzar set up, and stood before the statue Nebuchadnezzar set up. דענצמאָל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די סאַטראַפּן, די הערשער, און די פֿירשטן, די ריכטער, די שאַצמײַנסטער, די ראַטגעבער, די אױפֿזעער, און אַלע געװעלטיקער פֿון דער מדינה, צו דער באַנײַונג פֿון דער געשטאַלט, װאָס דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט; און זײ האָבן זיך געשטעלט אַקעגן דער געשטאַלט, װאָס נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט.
4 Then the herald proclaimed loudly, "Peoples, nations, and languages—you are commanded: און אַ אױסרופֿער האָט אױסגערופֿן אין דער הײך: אײַך באַפֿעלט מען, איר פֿעלקער, אומות און לשוֹנות;
5 When you hear the horn, flute, lyre, harp, zither, bagpipe, and all music, fall down and worship the gold image King Nebuchadnezzar set up. בעת איר װעט הערן דעם קֹול פֿון דעם האָרן, פֿלײַט, גיטאַר, פֿירסטרונע, האַרף, פֿײַפֿזאַק, און אַלערלײ כּלֵי-זֶמֶר, זאָלט איר אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן צו דער גילדערנער געשטאַלט, װאָס דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט.
6 Anyone who doesn't fall down and worship will immediately be thrown into a blazing fiery furnace." און װער עס װעט נישט אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן, װעט אין דער אײגענער שעה אַרײַנגעװאָרפֿן װערן אין אַן אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער.
7 As soon as all peoples heard the horn, flute, lyre, harp, zither, and every kind of music, all peoples, nations, and languages fell down and worshiped the golden image King Nebuchadnezzar had set up. דעריבער, אין יענער צײַט, װי אַלע פֿעלקער האָבן דערהערט דעם קֹול פֿון דעם האָרן, פֿלײַט, גיטאַר, פֿירסטרונע, האַרף, און אַלערלײ כּלֵי-זֶמֶר, אַזױ זײַנען אַלע פֿעלקער, אומות, און לשוֹנות, אַנידערגעפֿאַלן און האָבן זיך געבוקט צו דער גילדערנער געשטאַלט, װאָס דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט.
8 At that time certain astrologers came forward and maliciously accused the Jews. דעריבער האָבן אין יענער צײַט גענענט מענער, כַּשׂדים, און האָבן געמַסרט אױף די ייִדן.
9 They said to King Nebuchadnezzar, "King, may you live forever! זײ האָבן זיך אָפּגערופֿן און געזאָגט צו דעם מלך נבֿוכַדנֶצַר: אײביק לעבן זאָל דער מלך!
10 You, king, decreed: whoever hears the horn, flute, lyre, harp, zither, bagpipe, and any music must fall down and worship the gold image, דו, מלך, האָסט געגעבן אַ באַפֿעל, אַז יעטװעדער מענטש װאָס װעט הערן דעם קֹול פֿון דעם האָרן, פֿלײַט, גיטאַר, פֿירסטרונע, האַרף, פֿײַפֿזאַק, און אַלערלײ כּלֵי-זֶמֶר, זאָל אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן צו דער גילדערנער געשטאַלט;
11 and whoever does not fall down and worship will be thrown into a blazing fiery furnace. און װער עס װעט נישט אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן, זאָל אַרײַנגעװאָרפֿן װערן אין אַן אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער.
12 Some Jews you put in charge of Babylon province—Shadrach, Meshach, and Abednego—disregard you, king. They won't serve your gods or worship the gold statue you set up." זײַנען פֿאַראַן ייִדישע מענער װאָס דו האָסט אַרױפֿגעזעצט אױף דער פֿירונג פֿון דער מדינה פֿון בָבֿל, שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ; די דאָזיקע מענער לײגן נישט אַכט אױף דיר, מלך, צו דײַן ג-ט דינען זײ נישט, און צו דער גילדערנער געשטאַלט װאָס דו האָסט אױפֿגעשטעלט, בוקן זײ זיך נישט.
13 Furious, Nebuchadnezzar ordered Shadrach, Meshach, and Abednego brought; they were brought before the king. דענצמאָל האָט נבֿוכַדנֶצַר מיט כּעס און גרימצאָרן באַפֿױלן צו ברענגען שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן. זײַנען די דאָזיקע מענער דענצמאָל געבראַכט געװאָרן פֿאַרן מלך.
14 Nebuchadnezzar said, "Shadrach, Meshach, Abednego, is it true you don't serve my gods or worship the gold statue I set up? האָט זיך אָפּגערופֿן נבֿוכַדנֶצַר און האָט געזאָגט צו זײ: איז דאָס בכּיװן, שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, װאָס איר דינט נישט צו מײַן ג-ט, און איר בוקט זיך נישט צו דער גילדערנער געשטאַלט, װאָס איך האָב אױפֿגעשטעלט?
15 Now if you're ready—when horn, flute, lyre, harp, zither, bagpipe, and every kind of music sound, fall down and worship the image I made—good. But if you don't worship, you'll be thrown at once into a blazing fiery furnace. What god can rescue you from my hands?" אַצונד, אױב איר זײַט גרײט, אַז בעת איר װעט הערן דעם קֹול פֿון דעם האָרן, פֿלײַט, גיטאַר, פֿירסטרונע, האַרף, און פֿײַפֿזאַק, און אַלערלײ כּלֵי-זֶמֶר, זאָלט איר אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן צו דער געשטאַלט, װאָס איך האָב געמאַכט – אױב אָבער איר װעט זיך נישט בוקן, װעט איר אין דער אײגענער שעה אַרײַנגעװאָרפֿן װערן אין אַן אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער; און װער איז דער ג-ט, װאָס װעט אײַך מציל זײַן פֿון מײַן האַנט?
16 Shadrach, Meshach, and Abednego answered the king, "Nebuchadnezzar, we don't need to answer you about this. האָבן געענטפֿערט שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, און האָבן געזאָגט צום מלך: נבֿוכַדנֶצַר, אונדז פֿעלט נישט אױף דעם דאָזיקן באַפֿעל דיר צו ענטפֿערן.
17 If our Father, whom we serve, can rescue us, he will rescue us from the blazing furnace and from your hand, king. אױב אלוקינו צו װעמען מיר דינען, קען אונדז מציל זײַן, װעט ער פֿון דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער, און פֿון דײַן האַנט, מלך, מציל זײַן.
18 But if not, know this, king: we won't serve your gods or worship the gold statue you set up." און אַפֿילו אַז נישט, זײ װיסן, מלך, אַז צו דײַן ג-ט װעלן מיר נישט דינען, און צו דער גילדערנער געשטאַלט װאָס דו האָסט אױפֿגעשטעלט, װעלן מיר זיך נישט בוקן.
19 Then Nebuchadnezzar, furious, his expression changed toward Shadrach, Meshach, and Abednego; he ordered the furnace heated seven times hotter than normal. דענצמאָל איז נבֿוכַדנֶצַר אָנגעפֿילט געװאָרן מיט גרימצאָרן, און דער אָנבליק פֿון זײַן פּנים האָט זיך געביטן אַקעגן שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן; האָט ער זיך אָפּגערופֿן און האָט באַפֿױלן אָנצוהײצן דעם אױװן זיבן מאָל אַזױ פֿיל װי מע דאַרף אים אָנהײצן.
20 He ordered some of his strongest soldiers to bind Shadrach, Meshach, and Abednego and throw them into the blazing furnace. און עטלעכע שטאַרקע גיבוֹרים װאָס אין זײַן חיל האָט ער באַפֿױלן צו בינדן שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, און אַרײַנצוּװאַרפֿן אין דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער.
21 So these men, tied up in cloaks, trousers, turbans, and other garments, were thrown into the blazing fiery furnace. דענצמאָל זײַנען די דאָזיקע מענער געבונדן געװאָרן אין זײערע הױזן, זײערע העמדער, און זײערע מאַנטלען, און זײערע אַנדערע מלבושים, און מע האָט זײ אַרײַנגעװאָרפֿן אין דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער.
22 Because of the king's harsh order and furnace's extreme heat, the fire's flame killed the men who lifted up Shadrach, Meshach, and Abednego. דעריבער, װײַל דאָס װאָרט פֿון דעם מלך איז געװען שטרענג, און דער אױװן איז געװען שטאַרק אָנגעהײצט, האָט די פֿלאַם פֿון דעם פֿײַער געטײט יענע מענער װאָס האָבן אַרױפֿגעבראַכט שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן.
23 These three men—Shadrach, Meshach, and Abednego—fell bound into the blazing furnace. און די דאָזיקע דרײַ מענער, שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן געבונדענערהײט אין דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער.
24 Then King Nebuchadnezzar, astonished, rose in haste. He asked his advisers, "Didn't we throw three bound men into the fire?" They answered the king, "True, king." דענצמאָל האָט דער מלך נבֿוכַדנֶצַר זיך דערשראָקן, און ער איז אױפֿגעשטאַנען אױף גיך, און ער האָט זיך אָפּגערופֿן צו זײַנע מיניסטאָרן, און האָט געזאָגט: האָבן מיר נישט דרײַ מענער אַרײַנגעװאָרן געבונדענערהײט אין פֿײַער? האָבן זײ געענטפֿערט און געזאָגט צום מלך: געװיס, מלך.
25 He said, "Look—I see four men, unbound, walking in the middle of the fire, unharmed; the fourth looks like a son of the gods." האָט ער זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: אָט זע איך פֿיר מענער לױזע אַרומגײן אין מיטן פֿײַער, און קײן שעדיקונג איז אױף זײ נישטאָ; און דער אָנבליק פֿון דעם פֿירטן איז געגליכן צו דער זון פֿון אלֹקים.
26 Nebuchadnezzar went to the blazing furnace's door and said, "Shadrach, Meshach, and Abednego, servants of the Most High God, come out here!" Shadrach, Meshach, and Abednego came out of the fire. דענצמאָל האָט נבֿוכַדנֶצַר גענענט צו דער טיר פֿון דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער; ער האָט אױסגערופֿן און געזאָגט: שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, קנעכט פֿון ג-ט דער אױבערשטער, גײט אַרױס, און קומט אַהער. דענצמאָל זײַנען שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿײַער.
27 The satraps, prefects, governors, and king's counselors gathered and saw fire had no power over these men's bodies—hair not singed, robes unharmed, no smell of fire on them. און די סאַטראַפּן, די הערשער, און די פֿירשטן, און די מיניסטאָרן פֿון דעם מלך, האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און האָבן באַקוקט די דאָזיקע מענער, װאָס דאָס פֿײַער האָט נישט געהאַט קײן שליטה אױף זײערע לײַבער, און די האָר פֿון זײער קאָפּ איז נישט אָנגעברענט געװאָרן, און זײערע הױזן האָבן זיך נישט פֿאַרענדערט, און קײן ריח פֿון פֿײַער איז נישט אַריבער אױף זײ.
28 Nebuchadnezzar said, "Blessed be the God of Shadrach, Meshach, and Abednego! He sent his angel and rescued his trusting servants. They defied the king's command and were willing to die rather than serve or worship any god but their own God. האָט אױסגערופֿן נבֿוכַדנֶצַר און האָט געזאָגט: געלױבט איז אלוקי שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, װאָס ער האָט געשיקט זײַן מלאך, און האָט מציל געװען זײַנע קנעכט װאָס האָבן זיך פֿאַרלאָזט אױף אים, און האָבן געטאָן אַנדערש װי דעם מלכס װאָרט, און אָפּגעגעבן זײערע לײַבער, כּדי זײ זאָלן נישט דינען און זיך נישט בוקן צו קײן ג-ט אַחוץ צו זײער ג-ט.
29 I decree: any people, nation, or language that speaks anything against the God of Shadrach, Meshach, and Abednego will be cut to pieces, their houses turned to rubble—since no other god can rescue like this." פֿון מיר װערט געגעבן אַ באַפֿעל אַז יעטװעדער פֿאָלק, אומה, און לשון, װאָס װעט רעדן מיט אומכּבֿוד אױף דעם ג-ט פֿון שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, זאָל אין שטיקער צעריסן װערן, און זײַן הױז זאָל געמאַכט װערן פֿאַר אַ מיסטהױפֿן; װאָרעם עס איז נישטאָ קײן אַנדער ג-ט װאָס קען אַזױ מציל זײַן.
30 Then the king promoted Shadrach, Meshach, and Abednego in the province of Babylon. דענצמאָל האָט דער מלך דערהױבן שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, אין דער מדינה פֿון בָבֿל.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYTANAKH

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]