Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

Daniel 3 OYTANAKH

Side by side with the Father's Heart Bible™

1דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט געמאַכט אַ געשטאַלט פֿון גאָלד, װאָס איר הײך איז געװען זעכציק אײַלן, איר ברײט זעקס אײַלן; ער האָט זי אױפֿגעשטעלט אין גלײַכן פּלאַץ דוראָ, אין דער מדינה פֿון בָבֿל. 2און דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט געשיקט אײַנזאַמלען די סאַטראַפּן, די הערשער, און די פֿירשטן, די ריכטער, די שאַצמײַנסטער, די ראַטגעבער, די אױפֿזעער, און אַלע געװעלטיקער פֿון דער מדינה, צו קומען צו דער באַנײַונג פֿון דער געשטאַלט, װאָס דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט. 3דענצמאָל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די סאַטראַפּן, די הערשער, און די פֿירשטן, די ריכטער, די שאַצמײַנסטער, די ראַטגעבער, די אױפֿזעער, און אַלע געװעלטיקער פֿון דער מדינה, צו דער באַנײַונג פֿון דער געשטאַלט, װאָס דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט; און זײ האָבן זיך געשטעלט אַקעגן דער געשטאַלט, װאָס נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט. 4און אַ אױסרופֿער האָט אױסגערופֿן אין דער הײך: אײַך באַפֿעלט מען, איר פֿעלקער, אומות און לשוֹנות; 5בעת איר װעט הערן דעם קֹול פֿון דעם האָרן, פֿלײַט, גיטאַר, פֿירסטרונע, האַרף, פֿײַפֿזאַק, און אַלערלײ כּלֵי-זֶמֶר, זאָלט איר אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן צו דער גילדערנער געשטאַלט, װאָס דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט. 6און װער עס װעט נישט אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן, װעט אין דער אײגענער שעה אַרײַנגעװאָרפֿן װערן אין אַן אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער. 7דעריבער, אין יענער צײַט, װי אַלע פֿעלקער האָבן דערהערט דעם קֹול פֿון דעם האָרן, פֿלײַט, גיטאַר, פֿירסטרונע, האַרף, און אַלערלײ כּלֵי-זֶמֶר, אַזױ זײַנען אַלע פֿעלקער, אומות, און לשוֹנות, אַנידערגעפֿאַלן און האָבן זיך געבוקט צו דער גילדערנער געשטאַלט, װאָס דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט.

8דעריבער האָבן אין יענער צײַט גענענט מענער, כַּשׂדים, און האָבן געמַסרט אױף די ייִדן. 9זײ האָבן זיך אָפּגערופֿן און געזאָגט צו דעם מלך נבֿוכַדנֶצַר: אײביק לעבן זאָל דער מלך! 10דו, מלך, האָסט געגעבן אַ באַפֿעל, אַז יעטװעדער מענטש װאָס װעט הערן דעם קֹול פֿון דעם האָרן, פֿלײַט, גיטאַר, פֿירסטרונע, האַרף, פֿײַפֿזאַק, און אַלערלײ כּלֵי-זֶמֶר, זאָל אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן צו דער גילדערנער געשטאַלט; 11און װער עס װעט נישט אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן, זאָל אַרײַנגעװאָרפֿן װערן אין אַן אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער. 12זײַנען פֿאַראַן ייִדישע מענער װאָס דו האָסט אַרױפֿגעזעצט אױף דער פֿירונג פֿון דער מדינה פֿון בָבֿל, שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ; די דאָזיקע מענער לײגן נישט אַכט אױף דיר, מלך, צו דײַן ג-ט דינען זײ נישט, און צו דער גילדערנער געשטאַלט װאָס דו האָסט אױפֿגעשטעלט, בוקן זײ זיך נישט.

13דענצמאָל האָט נבֿוכַדנֶצַר מיט כּעס און גרימצאָרן באַפֿױלן צו ברענגען שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן. זײַנען די דאָזיקע מענער דענצמאָל געבראַכט געװאָרן פֿאַרן מלך. 14האָט זיך אָפּגערופֿן נבֿוכַדנֶצַר און האָט געזאָגט צו זײ: איז דאָס בכּיװן, שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, װאָס איר דינט נישט צו מײַן ג-ט, און איר בוקט זיך נישט צו דער גילדערנער געשטאַלט, װאָס איך האָב אױפֿגעשטעלט? 15אַצונד, אױב איר זײַט גרײט, אַז בעת איר װעט הערן דעם קֹול פֿון דעם האָרן, פֿלײַט, גיטאַר, פֿירסטרונע, האַרף, און פֿײַפֿזאַק, און אַלערלײ כּלֵי-זֶמֶר, זאָלט איר אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן צו דער געשטאַלט, װאָס איך האָב געמאַכט – אױב אָבער איר װעט זיך נישט בוקן, װעט איר אין דער אײגענער שעה אַרײַנגעװאָרפֿן װערן אין אַן אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער; און װער איז דער ג-ט, װאָס װעט אײַך מציל זײַן פֿון מײַן האַנט?

16האָבן געענטפֿערט שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, און האָבן געזאָגט צום מלך: נבֿוכַדנֶצַר, אונדז פֿעלט נישט אױף דעם דאָזיקן באַפֿעל דיר צו ענטפֿערן. 17אױב אלוקינו צו װעמען מיר דינען, קען אונדז מציל זײַן, װעט ער פֿון דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער, און פֿון דײַן האַנט, מלך, מציל זײַן. 18און אַפֿילו אַז נישט, זײ װיסן, מלך, אַז צו דײַן ג-ט װעלן מיר נישט דינען, און צו דער גילדערנער געשטאַלט װאָס דו האָסט אױפֿגעשטעלט, װעלן מיר זיך נישט בוקן.

19דענצמאָל איז נבֿוכַדנֶצַר אָנגעפֿילט געװאָרן מיט גרימצאָרן, און דער אָנבליק פֿון זײַן פּנים האָט זיך געביטן אַקעגן שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן; האָט ער זיך אָפּגערופֿן און האָט באַפֿױלן אָנצוהײצן דעם אױװן זיבן מאָל אַזױ פֿיל װי מע דאַרף אים אָנהײצן. 20און עטלעכע שטאַרקע גיבוֹרים װאָס אין זײַן חיל האָט ער באַפֿױלן צו בינדן שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, און אַרײַנצוּװאַרפֿן אין דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער. 21דענצמאָל זײַנען די דאָזיקע מענער געבונדן געװאָרן אין זײערע הױזן, זײערע העמדער, און זײערע מאַנטלען, און זײערע אַנדערע מלבושים, און מע האָט זײ אַרײַנגעװאָרפֿן אין דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער. 22דעריבער, װײַל דאָס װאָרט פֿון דעם מלך איז געװען שטרענג, און דער אױװן איז געװען שטאַרק אָנגעהײצט, האָט די פֿלאַם פֿון דעם פֿײַער געטײט יענע מענער װאָס האָבן אַרױפֿגעבראַכט שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן. 23און די דאָזיקע דרײַ מענער, שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן געבונדענערהײט אין דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער.

24דענצמאָל האָט דער מלך נבֿוכַדנֶצַר זיך דערשראָקן, און ער איז אױפֿגעשטאַנען אױף גיך, און ער האָט זיך אָפּגערופֿן צו זײַנע מיניסטאָרן, און האָט געזאָגט: האָבן מיר נישט דרײַ מענער אַרײַנגעװאָרן געבונדענערהײט אין פֿײַער? האָבן זײ געענטפֿערט און געזאָגט צום מלך: געװיס, מלך. 25האָט ער זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: אָט זע איך פֿיר מענער לױזע אַרומגײן אין מיטן פֿײַער, און קײן שעדיקונג איז אױף זײ נישטאָ; און דער אָנבליק פֿון דעם פֿירטן איז געגליכן צו דער זון פֿון אלֹקים.

26דענצמאָל האָט נבֿוכַדנֶצַר גענענט צו דער טיר פֿון דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער; ער האָט אױסגערופֿן און געזאָגט: שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, קנעכט פֿון ג-ט דער אױבערשטער, גײט אַרױס, און קומט אַהער. דענצמאָל זײַנען שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿײַער. 27און די סאַטראַפּן, די הערשער, און די פֿירשטן, און די מיניסטאָרן פֿון דעם מלך, האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און האָבן באַקוקט די דאָזיקע מענער, װאָס דאָס פֿײַער האָט נישט געהאַט קײן שליטה אױף זײערע לײַבער, און די האָר פֿון זײער קאָפּ איז נישט אָנגעברענט געװאָרן, און זײערע הױזן האָבן זיך נישט פֿאַרענדערט, און קײן ריח פֿון פֿײַער איז נישט אַריבער אױף זײ. 28האָט אױסגערופֿן נבֿוכַדנֶצַר און האָט געזאָגט: געלױבט איז אלוקי שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, װאָס ער האָט געשיקט זײַן מלאך, און האָט מציל געװען זײַנע קנעכט װאָס האָבן זיך פֿאַרלאָזט אױף אים, און האָבן געטאָן אַנדערש װי דעם מלכס װאָרט, און אָפּגעגעבן זײערע לײַבער, כּדי זײ זאָלן נישט דינען און זיך נישט בוקן צו קײן ג-ט אַחוץ צו זײער ג-ט. 29פֿון מיר װערט געגעבן אַ באַפֿעל אַז יעטװעדער פֿאָלק, אומה, און לשון, װאָס װעט רעדן מיט אומכּבֿוד אױף דעם ג-ט פֿון שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, זאָל אין שטיקער צעריסן װערן, און זײַן הױז זאָל געמאַכט װערן פֿאַר אַ מיסטהױפֿן; װאָרעם עס איז נישטאָ קײן אַנדער ג-ט װאָס קען אַזױ מציל זײַן.

30דענצמאָל האָט דער מלך דערהױבן שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, אין דער מדינה פֿון בָבֿל.

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]