1In the second year of his reign, Nebuchadnezzar had dreams; his spirit was troubled and his sleep left him.OYTANAKHאון אין צװײטן יאָר פֿון נבֿוכַדנֶצַרס מלוכה האָבן זיך נבֿוכַדנֶצַרן געחלומט חלומות, און זײַן גײַסט איז געװען צערודערט, און זײַן שלאָף איז אים צעבראָכן געװאָרן.
2So the king ordered the magicians, enchanters, sorcerers, and astrologers summoned to tell him his dreams. They came and stood before the king.OYTANAKHהאָט דער מלך געהײסן רופֿן די חַרטומים, און די צױבערשפּרעכער, און די מכשפֿים, און די כַּשׂדים, כּדי זײ זאָלן זאָגן דעם מלך זײַנע חלומות; און זײ זײַנען געקומען, און האָבן זיך געשטעלט פֿאַרן מלך.
3The king said to them, "I dreamed a dream, and my spirit is troubled to know the dream."OYTANAKHהאָט דער מלך צו זײ געזאָגט: מיר האָט זיך געחלומט אַ חלום, און מײַן גײַסט איז צערודערט, צו װיסן דעם חלום.
4Then the astrologers said to the king in Aramaic, "King, live forever! Tell your servants the dream, and we will reveal its interpretation."OYTANAKHהאָבן די כַּשׂדים גערעדט צו דעם מלך אין אַראַמיש: אײביק לעבן זאָל דער מלך! דערצײל דעם חלום צו דײַנע קנעכט, און מיר װעלן זאָגן דעם פּיתרון.
5The king answered the astrologers, "My decree is firm: if you don't tell me the dream and its meaning, you'll be cut to pieces and your houses reduced to rubble.OYTANAKHהאָט זיך אָפּגערופֿן דער מלך און האָט געזאָגט צו די כַּשׂדים: די זאַך איז בײַ מיר פֿעסט: אױב איר מאַכט מיך נישט װיסן דעם חלום און זײַן פּיתרון, װעט איר אין שטיקער צעהאַקט װערן, און אײַערע הײַזער װעלן געמאַכט װערן פֿאַר מיסטהױפֿנס.
6But if you tell the dream and its meaning, you'll receive gifts, rewards, and great honor from me. So tell me the dream and its meaning."OYTANAKHאױב אָבער איר װעט זאָגן דעם חלום און זײַן פּיתרון, װעט איר קריגן פֿון מיר מתָּנות און באַלױנונגען און גרױס כּבֿוד; נאָר זאָגט מיר דעם חלום און זײַן פּיתרון.
7They answered a second time, "Let the king tell his servants the dream, and we will give its meaning."OYTANAKHהאָבן זײ געענטפֿערט אַ צװײט מאָל, און געזאָגט: זאָל דער מלך דערצײלן דעם חלום צו זײַנע קנעכט, און מיר װעלן זאָגן דעם פּיתרון.
8The king replied, "I know for certain you're trying to buy time, because you see my decree is firm:OYTANAKHהאָט זיך אָפּגערופֿן דער מלך און האָט געזאָגט: געװיס פֿאַרשטײ איך אַז איר װילט געװינען צײַט, װײַל איר זעט אַז די זאַך איז בײַ מיר פֿעסט,
9If you don't tell me the dream, there is only one verdict for you. You have agreed to speak lying, corrupt words before me until the times change. So tell me the dream, then I'll know you can reveal its interpretation."OYTANAKHאַז אױב איר מאַכט מיך נישט װיסן דעם חלום, איז בלױז אײן משפּט פֿאַר אײַך; װאָרעם איר האָט אָפּגעמאַכט צו זאָגן פֿאַר מיר ליגן און באַטרוג, ביז די צײַט װעט זיך ענדערן. דערום זאָגט מיר דעם חלום, און איך װעל װיסן אַז איר קענט מיר באַשײדן זײַן פּיתרון.
10The astrologers answered the king, "No one on earth can do what the king asks. No great, powerful king ever demanded such a thing of any magician, enchanter, or Chaldean.OYTANAKHהאָבן די כַּשׂדים געענטפֿערט פֿאַרן מלך און געזאָגט: נישטאָ אַ מענטש אױף דער ערד װאָס קען זאָגן די זאַך פֿון דעם מלך; װאָרעם קײן גרױסער און מאַכטיקער מלך האָט נישט פֿאַרלאַנגט אַזאַ זאַך פֿון קײן חַרטום, אָדער צױבערשפּרעכער, אָדער כַּשׂדי.
11The king's request is too hard; only the gods, who don't live among mortals, can reveal it to the king."OYTANAKHאון די זאַך װאָס דער מלך פֿאַרלאַנגט איז שװער, און קײן אַנדערער װאָס קען דאָס זאָגן פֿאַר דעם מלך איז נישטאָ, אַחוץ די אלֹקים װאָס װױנונג איז נישט מיט באַשעפֿענישן פֿון פֿלײש.
12At this the king grew angry and furious, and ordered all Babylon's wise men destroyed.OYTANAKHאיבער דעם איז דער מלך אין כּעס געװאָרן, און ער האָט שטאַרק געצערנט, און האָט באַפֿױלן אומצוברענגען אַלע חכמים פֿון בָבֿל.
13So the decree went out to kill the wise men, and they searched for Daniel and his companions to put them to death.OYTANAKHאון דער באַפֿעל איז אַרױס, און די חכמים האָבן געזאָלט געטײט װערן, און מע האָט געזוכט דָניאֵלן און זײַנע חבֿרים זײ צו טײטן.
14Then Daniel answered Arioch, the king's guard commander, with wisdom and discretion; Arioch had gone out to kill Babylon's wise men.OYTANAKHדענצמאָל האָט דָניאֵל געענטפֿערט מיט קלוגשאַפֿט און שׂכל אַריוֹך דעם אײבערלײַבװעכטער פֿון דעם מלך, װאָס איז אַרױסגעגאַנגען טײטן די חכמים פֿון בָבֿל.
15He asked Arioch, the king's officer, "Why such a harsh decree from the king?" Then Arioch explained it to Daniel.OYTANAKHער האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו אַריוֹך דעם הױפּטמאַן פֿון דעם מלך: פֿאַר װאָס איז דער באַפֿעל אַזױ שטרענג פֿון פֿאַר דעם מלך? דענצמאָל האָט אַריוֹך געמאַכט װיסן דָניאֵלן די זאַך.
16So Daniel went in and asked the king for time, so that he might reveal the interpretation to the king.OYTANAKHאיז דָניאֵל אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געבעטן בײַם מלך, אַז ער זאָל אים געבן צײַט, כּדי צו זאָגן דעם מלך דעם פּיתרון.
17Then Daniel went home and told his companions Hananiah, Mishael, and Azariah about the matter,OYTANAKHדענצמאָל איז דָניאֵל אַװעקגעגאַנגען אין זײַן הױז, און האָט געמאַכט װיסן די זאַך צו זײַנע חבֿרים, חַנַניָהן, מישָאֵלן, און עַזַריָהן.
18urging them to plead for mercy from our Father in heaven about this mystery, so Daniel and his companions wouldn't be destroyed with Babylon's other wise men.OYTANAKHכּדי זײ זאָלן בעטן רַחמים בײַ ג-ט פֿון הימל װעגן דעם דאָזיקן סָוד, אַז דָניאֵל און זײַנע חבֿרים זאָלן נישט אומגעבראַכט װערן מיט די איבעריקע חכמים פֿון בָבֿל.
19Then the mystery was revealed to Daniel in a night vision, and Daniel blessed our Father in heaven.OYTANAKHדענצמאָל איז דער סָוד אַנטפּלעקט געװאָרן דָניאֵלן אין אַ זעונג פֿון דער נאַכט. האָט דענצמאָל דָניאֵל געלױבט ג-ט פֿון הימל.
20Daniel said: "Blessed be the name of our Father forever and ever, for wisdom and might belong to him.OYTANAKHדָניאֵל האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: געלױבט זאָל זײַן דער נאָמען פֿון ג-ט פֿון אײביקײט ביז אײביקײט; װאָרעם חכמה און גבֿורה זײַנען זײַנע,
21He changes times and seasons; he removes kings and sets up kings; he gives wisdom to the wise and knowledge to those who have understanding.OYTANAKHאון ער בײַט די צײַטן און די תּקופֿות; ער שאַפֿט אָפּ מלכים, און שטעלט אױף מלכים; ער גיט חכמה צו די חכמים, און קענשאַפֿט צו די װאָס קענען פֿאַרשטאַנדיקײט.
22He reveals deep and hidden things; he knows what lies in darkness, and the light dwells with him.OYTANAKHער אַנטפּלעקט די טיפֿעניש און די פֿאַרבאָרגעניש, ער װײס װאָס אין דער פֿינצטערניש און די ליכטיקײט רוט בײַ אים.
23To you, the God of my fathers, I give thanks and praise, for you have given me wisdom and might, and now you have made known to me what we asked of you; you have made known to us the king's matter."OYTANAKHדיך, ג-ט פֿון מײַנע עלטערן, טו איך דאַנקען און לױבן, װאָס דו האָסט מיר געגעבן חכמה און גבֿורה, און האָסט מיך אַצונד געמאַכט װיסן װאָס מיר האָבן געבעטן פֿון דיר; װאָס די זאַך פֿון מלך האָסטו אונדז געמאַכט װיסן.
24So Daniel went to Arioch, whom the king had appointed to destroy Babylon's wise men, and said, "Don't destroy Babylon's wise men. Take me to the king, and I will give him the interpretation."OYTANAKHפֿון װעגן דעם איז דָניאֵל אַרױפֿגעגאַנגען צו אַריוֹכן, װעמען דער מלך האָט געשטעלט אומצוברענגען די חכמים פֿון בָבֿל; ער איז געקומען און האָט צו אים אַזױ געזאָגט: זאָלסט נישט אומברענגען די חכמים פֿון בָבֿל; פֿיר מיך אַרױף פֿאַר דעם מלך, און איך װעל זאָגן דעם מלך דעם פּיתרון.
25Then Arioch quickly brought Daniel before the king and said, "Among the exiles of Judah I found a man who can tell the king the interpretation."OYTANAKHדענצמאָל האָט אַריוֹך אַרױפֿגעפֿירט דָניאֵלן אױף גיך פֿאַרן מלך, און האָט צו אים אַזױ געזאָגט: איך האָב געפֿונען אַ מאַן פֿון די גלות-קינדער פֿון יהוּדה, װאָס װעט דעם מלך מאַכן װיסן דעם פּיתרון.
26The king asked Daniel, called Belteshazzar, "Can you tell me the dream I saw and what it means?"OYTANAKHהאָט דער מלך זיך אָפּגערופֿן צו דָניאֵלן װאָס זײַן נאָמען איז געװען בלטשאַצַר: קענסטו מיך מאַכן װיסן דעם חלום װאָס איך האָב געזען, און זײַן פּיתרון?
27Daniel answered the king, "No wise men, enchanters, magicians, or astrologers can reveal the mystery the king asks about.OYTANAKHהאָט געענטפֿערט דָניאֵל פֿאַר דעם מלך, און האָט געזאָגט: דעם סָוד װאָס דער מלך פֿאַרלאַנגט קענען קײן חכמים, צױבערשפּרעכער, חַרטומים, שטערנזעער, דעם מלך נישט זאָגן.
28But our Father in heaven reveals mysteries, and has made known to King Nebuchadnezzar what will happen in the latter days. Your dream and the visions in your mind as you lay on your bed were these:OYTANAKHאָבער פֿאַראַן אַ ג-ט אין הימל װאָס אַנטפּלעקט סוֹדות, און ער האָט געלאָזט װיסן דעם מלך נבֿוכַדנֶצַר װאָס װעט געשען אין די לעצטע טעג. דײַן חלום, און די זעונגען פֿון דײַן קאָפּ אױף דײַן געלעגער, זײַנען אָט-װאָס:
29"As you lay in bed, O king, your thoughts turned to what would come, and the revealer of mysteries showed you what is to be.OYTANAKHדיר, מלך, זײַנען אַרױפֿגעקומען רעיוֹנות אױף דײַן געלעגער, װאָס װעט געשען נאָך דעם, און דער װאָס אַנטפּלעקט סוֹדות האָט דיך געלאָזט װיסן װאָס װעט געשען.
30But this mystery was revealed to me not because I have more wisdom than anyone else alive, but so the king may know its interpretation, and you may understand your heart's thoughts.OYTANAKHאון איך, נישט װײַל אין מיר איז דאָ מער חכמה פֿון אַלע לעבעדיקע, איז מיר דער דאָזיקער סָוד אַנטפּלעקט געװאָרן, נײַערט כּדי מע זאָל דעם פּיתרון מאַכן װיסן דעם מלך, און זאָלסט פֿאַרשטײן די רעיוֹנות פֿון דײַן האַרצן.
31"You watched, O king, and saw a great statue. This statue, huge and dazzling in brightness, stood before you, and its appearance was terrifying.OYTANAKHדו, מלך, האָסט געזען, ערשט עס שטײט אַ געװאַלטיקע געשטאַלט. די דאָזיקע געשטאַלט איז געװען גרױס, און איר גלאַנץ איז געװען אױסנאַמיק; זי איז געשטאַנען פֿאַר דיר, און איר אָנבליק איז געװען מוֹראדיק.
32The statue's head was fine gold, its chest and arms silver, its belly and thighs bronze,OYTANAKHדי דאָזיקע געשטאַלט, איר קאָפּ איז געװען פֿון טײַערן גאָלד, איר ברוסט און אירע אָרעמס פֿון זילבער, איר בױך און אירע לענדן פֿון קופּער,
33its legs of iron, its feet partly of iron and partly of clay.OYTANAKHאירע שענקלען פֿון אײַזן, אירע פֿיס, טײל פֿון זײ פֿון אײַזן און טײל פֿון זײ פֿון לײם.
34While you watched, a stone cut without hands struck the statue's feet of iron and clay, crushing them.OYTANAKHהאָסטו געקוקט ביז אַ שטײן האָט זיך אָפּגעריסן אָן עמיצנס האַנט, און האָט געשלאָגן די געשטאַלט אױף אירע פֿיס פֿון אײַזן און לײם, און האָט זײ צעשטױסן.
35Then the iron, clay, bronze, silver, and gold were all broken to pieces together, becoming like chaff on a summer threshing floor. The wind carried them off, leaving no trace. But the stone that struck the statue became a great mountain filling the whole earth.OYTANAKHדענצמאָל זײַנען צעשטױסן געװאָרן אין אײנעם דאָס אײַזן, די לײם, דאָס קופּער, דאָס זילבער, און דאָס גאָלד, און זײ זײַנען געװאָרן אַזױ װי שפּרײ פֿון זומערשײַערן, און דער װינט האָט זײ אַװעקגעטראָגן, און קײן צײכן איז פֿון זײ נישט געפֿונען געװאָרן. און דער שטײן װאָס האָט געשלאָגן די געשטאַלט איז געװאָרן אַ גרױסער באַרג, און האָט אָנגעפֿילט די גאַנצע ערד.
36"This was the dream. Now we will tell the king its interpretation.OYTANAKHדאָס איז דער חלום; און מיר װעלן זאָגן פֿאַר דעם מלך זײַן פּיתרון.
37You, king, are the king of kings, to whom our Father in heaven has given kingdom, power, might, and glory.OYTANAKHדו, מלך, דער מלך פֿון מלכים, װאָס דער ג-ט פֿון די הימלען האָט דיר געגעבן מלוכה, רײַכטום, און שטאַרקײט, און כּבֿוד,
38Into your hand he has placed all people, the beasts of the field, and the birds of the sky, wherever they live, making you ruler over them all. You are the head of gold.OYTANAKHאון װוּ נאָר עס װױנען מענטשנקינדער, חיות פֿון פֿעלד, אָדער פֿױגלען פֿון הימל, האָט ער געגעבן אין דײַן האַנט, און דיך געמאַכט געװעלטיקן איבער זײ אַלעמען – דו ביסט דער קאָפּ פֿון גאָלד.
39"After you another kingdom will arise, inferior to yours; then a third kingdom, of bronze, ruling over all the earth.OYTANAKHאון נאָך דיר װעט אױפֿשטײן אַן אַנדער מלוכה, נידעריקער פֿון דיר, און נאָך אַן אַנדערע אַ דריטע מלוכה, פֿון קופּער, װאָס װעט געװעלטיקן איבער דער גאַנצער ערד.
40A fourth kingdom will be strong as iron—iron breaks and shatters everything—and as iron crushes all these, it will break and crush them.OYTANAKHאון אַ פֿירטע מלוכה װעט זײַן שטאַרק אַזױ װי אײַזן; װאָרעם אײַזן צעשטױסט און צעהאַקט אַלצדינג, און אַזױ װי אײַזן װאָס צעברעכט, אַזױ װעט זי אַלע די דאָזיקע צעשטױסן און צעברעכן.
41As you saw the feet and toes—part potter's clay, part iron—it will be a divided kingdom; yet it will have some of iron's strength, just as you saw iron mixed with soft clay.OYTANAKHאון װאָס דו האָסט געזען די פֿיס און די פֿינגער, טײל פֿון זײ טעפּערלײם און טײל פֿון זײ אײַזן באַטײַט: עס װעט זײַן אַ געטײלטע מלוכה, און פֿון דער פֿעסטיקײט פֿון אײַזן װעט זײַן אין איר, אַזױ װי דו האָסט געזען אײַזן צונױפֿגעמישט מיט ערדלײם.
42As the toes were partly iron and partly clay, so the kingdom will be partly strong and partly brittle.OYTANAKHאון די פֿינגער פֿון די פֿיס, טײל פֿון זײ אײַזן און טײל פֿון זײ לײם באַטײטן: אַ טײל פֿון דער מלוכה װעט זײַן שטאַרק, און אַ טײל פֿון איר װעט זײַן צעבראָכן.
43As you saw iron mixed with soft clay, the people will mix in marriage but not hold together, just as iron does not mix with clay.OYTANAKHאון װאָס דו האָסט געזען אײַזן צונױפֿגעמישט מיט ערדלײם: זײ װעלן זיך צונױפֿמישן דורך דעם זאָמען פֿון מענטשן, אָבער זײ װעלן זיך נישט באַהעפֿטן אײנס אָן אַנדערן, אָט אַזױ װי אײַזן מישט זיך נישט אױס מיט לײם.
44"In those kings' days our Father in heaven will set up a kingdom never to be destroyed, nor its rule left to another people. It will crush all these kingdoms and end them, and it will stand forever.OYTANAKHאון אין די טעג פֿון די דאָזיקע מלכים װעט דער ג-ט פֿון די הימלען אױפֿשטעלן אַ מלוכה װאָס װעט אײביק נישט צעשטערט װערן, און די מלוכה װעט נישט איבערגעלאָזן װערן צו קײן אַנדער פֿאָלק; זי װעט צעשטױסן און פֿאַרטיליקן אַלע די דאָזיקע מלוכות, און זי װעט באַשטײן אױף אײביק.
45This is what the vision meant: the stone cut from a mountain, not by human hands, broke the iron, bronze, clay, silver, and gold to pieces. Our great Father has shown the king what will happen after this. The dream is certain, its interpretation trustworthy."OYTANAKHװעגן װאָס דו האָסט געזען װי פֿון באַרג האָט זיך אָפּגעריסן אַ שטײן אָן עמיצנס הענט, און האָט צעשטױסן דאָס אײַזן, דאָס קופּער, די לײם, דאָס זילבער, און דאָס גאָלד – דאָס האָט דער גרױסער ג-ט געלאָזט װיסן דעם מלך װאָס נאָך דעם װעט געשען; און געװיס איז דער חלום, און אמת איז זײַן פּיתרון.
46Then King Nebuchadnezzar fell facedown, bowed to Daniel, and ordered offering and incense given to him.OYTANAKHדענצמאָל איז דער מלך נבֿוכַדנֶצַר געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און ער האָט זיך געבוקט צו דָניאֵלן; און ער האָט באַפֿױלן צו ברענגען אַן אָפּפֿערגעשאַנק און שמעקעדיקע ריחות צו אים.
47The king told Daniel, "Truly your God is God of gods, Lord of kings, and revealer of secrets, since you could reveal it."OYTANAKHדער מלך האָט זיך אָפּגערופֿן צו דָניאֵלן, און האָט געזאָגט: אמת אַז אלוקיכם איז אלוקי אלֹקים, און דער אֲדוֹן פֿון מלכים, און דער אַנטפּלעקער פֿון סוֹדות, אַז דו האָסט געקענט אַנטפּלעקן דעם דאָזיקן סָוד.
48Then the king promoted Daniel to high honor, gave him many great gifts, and made him ruler of Babylon's whole province and chief prefect over all its wise men.OYTANAKHדענצמאָל האָט דער מלך גרױס געמאַכט דָניאֵלן, און האָט אים געגעבן פֿיל גרױסע מתָּנות, און אים געמאַכט פֿאַר געװעלטיקער איבער דער גאַנצער מדינה פֿון בָבֿל, און פֿאַר דעם הױפּטפֿאָרשטײער איבער אַלע חכמים פֿון בָבֿל.
49Daniel asked the king, who put Shadrach, Meshach, and Abednego over Babylon province's affairs; Daniel remained at the king's court.OYTANAKHאון דָניאֵל האָט געבעטן בײַם מלך, און ער האָט אױפֿגעזעצט שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, אױף דער פֿירונג פֿון דער מדינה פֿון בָבֿל; און דָניאֵל איז געװען אין טױער פֿון מלך.