Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Romans 6 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 What should we say, then? Should we go on sinning so that grace may increase? וואס זשע זאלן מיר זאגן? זאלן מיר בלייבן אין דער זינד, כדי דער חסד זאל זיך פארמערן?
2 Absolutely not! How can we who died to sin still live in it? חס ושלום! וויאזוי וועלן מיר, וואס זענען געשטארבן צו דער זינד, נאך לעבן אין איר?
3 Or are you unaware that all of us baptized into Christ Jesus were baptized into his death? אדער ווייסט איר נישט, אז מיר אלע, וואס זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צום משיח יהושע/ישוע, זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צו זיין טויט?
4 So we were buried with him through baptism into death, that as Christ was raised from the dead through our Father's glory, we too might walk in newness of life. מיר זענען דעריבער נקבר געווארן מיט אים דורך דער מקווה צום טויט, כדי, ווי משיח איז אויפגעוועקט געווארן פון די טויטע דורך דעם כבוד פונם פאטער, אזוי זאלן אויך מיר גיין באנייטע אין לעבן.
5 For if we've been joined to his death's likeness, we'll surely also be joined to his resurrection. ווארום אויב מיר זענען צוזאמען געפלאנצט געווארן אין דער ענלעכקייט פון זיין טויט, וועלן מיר אויך זיין אין דער ענלעכקייט פון זיין תחית המתים,
6 We know our old self was crucified with him to destroy sin's body, so we'd no longer be enslaved to sin. וויסנדיק דאס דאזיקע, אז אונדזער אלטער מענטש איז צוזאמען מיט אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, כדי דער גוף פון זינד זאל פארניכטעט ווערן און מיר זאלן מער נישט זיין פארשקלאפט צו דער זינד;
7 For anyone who has died has been set free from sin. ווארום דער ניפטר איז גערעכטפערטיקט פון דער זינד.
8 Now if we died with Christ, we believe that we will also live with him. אבער אויב מיר זענען געשטארבן מיט משיחן, גלויבן מיר, אז מיר וועלן אויך לעבן מיט אים;
9 For we know Christ, raised from the dead, never dies again; death no longer rules him. וויסנדיק, אז משיח, זייענדיק אויפגעשטאנען פון די טויטע, שטארבט מער נישט; דער טויט האט נישט מער קיין שליטה איבער אים.
10 For the death he died, he died to sin once for all; but the life he lives, he lives to our Father. ווארום שטארבנדיק, איז ער געשטארבן צו דער זינד איינמאל פאר אלעמאל, אבער לעבנדיק, לעבט ער צו ה׳.
11 In the same way, count yourselves dead to sin but alive to our Father in Christ Jesus. אזוי זאלט איר זיך אויך באטראכטן ווי טויט צו דער זינד, אבער לעבעדיק צו ה׳ אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
12 Therefore do not let sin reign in your mortal body so that you obey its desires. זאל זשע די זינד נישט קעניגן אין אייער שטערבלעכן קערפער צו געהארכן זיינע תאוות;
13 Do not offer your body's parts to sin as weapons for wrongdoing; instead, offer yourselves to our Father as those brought from death to life, and your body's parts to him as weapons for righteousness. אויך זאלט איר נישט איבערגעבן אייערע אברים ווי כלי זין פון רשעות צו זינד, נאר גיט אייך איבער צו ה׳, ווי לעבעדיק פון די טויטע און אייערע אברים ווי כלי זין פון צדקות צו ה׳.
14 For sin will not have mastery over you, because you are not under law but under grace. ווייל די זינד וועט נישט קעניגן איבער אייך, ווארום איר זענט נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, נאר אונטער דעם חסד.
15 What then? Should we sin because we are not under law but under grace? Absolutely not! דעריבער וואס? זאלן מיר זינדיקן, ווייל מיר זענען נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ נאר אונטער דעם חסד? חס ושלום!
16 Don't you know that offering yourselves to someone as slaves to obey makes you slaves of whoever you obey—whether sin, leading to death, or obedience, leading to righteousness? צי ווייסט איר דען נישט, אז וועמען איר גיט זיך איבער ווי קנעכט צו געהארכן, זענט איר קנעכט (פון דעם), וועמען איר געהארכט: אדער פון זינד צום טויט, אדער פון געהארכזאמקייט צו צדקות?
17 Thanks to our Father: you were slaves of sin, but you obeyed from the heart the teaching pattern you were entrusted to. אבער געלויבט זיי ה׳, אז איר וואס זענט געווען קנעכט פון דער זינד, זענט געווארן געהארכזאם פונם הארצן צו דעם פארבילד פון דער לערנונג, וואס איז אייך איבערגעגעבן געווארן;
18 Having been set free from sin, you became slaves of righteousness. און זייענדיק באפרייט פון דער זינד, זענט איר משועבד געווארן צו צדקות.
19 I speak humanly, since your flesh is weak. As you offered your body's parts as slaves to impurity and lawlessness, resulting in more lawlessness, now offer them as slaves to righteousness, resulting in holiness. איך רעד מענטשלעך צוליב דער שוואכקייט פון אייער פלייש; ווארום ווי איר האט איבערגעגעבן אייערע אברים ווי קנעכט צו טומאה און הפקר ביז הפקר, אזוי אויך איצט זאלט איר איבערגעבן אייערע אברים ווי קנעכט צו צדקות ביז קדושה.
20 For when you were slaves of sin, you were free from righteousness. ווארום ווען איר זענט געווען קנעכט פון זינד זענט איר געווען פריי פון צדקות.
21 What did you gain then from what you're now ashamed of? For those things end in death. וואס פאר א פרוכט האט איר דען דעמאלט געהאט? זאכן, מיט וועלכע איר שעמט זיך איצט; ווייל דער סוף זייערער איז דער טויט.
22 But now, freed from sin and enslaved to our Father, your fruit leads to holiness, and the end, eternal life. אבער איצט, זייענדיק באפרייט פון דער זינד און זענט געווארן קנעכט צו ה׳, האט איר אייער פרוכט צו קדושה און צום סוף דאס אייביקע לעבן.
23 For the wages of sin is death, but our Father's gift is eternal life in Christ Jesus our Lord. ווארום דער שכר פון זינד איז דער טויט, אבער דאס אייביקע לעבן איז ה׳ס מתנה אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]