Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Romans 7 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Or don't you know, brothers—I'm speaking to people who know the law—that the law rules over a person only while he lives? אדער צי ווייסט איר נישט, ברידער—ווארום איך רעד צו די, וואס קענען די תורה—אז די תורה הערשט איבער דעם מענטשן כל זמן ער לעבט?
2 A married woman is bound by law to her husband while he lives; if he dies, she is free from the law of the husband. ווארום די פארהייראטע פרוי איז מן התורה געבונדן צום מאן ביים לעבן; ווען אבער דער מאן שטארבט, איז זי פטור פונם געזעץ פון מאן.
3 While her husband lives, she's called an adulterous woman if she becomes another man's wife; but if he dies, she's free from that law—not an adulterous woman if she marries another. דעריבער, ווען ביים מאנס לעבן זי וועט זיך איבערגעבן צו אן אנדערן מאן, וועט זי גערופן ווערן נואפת; אבער אויב דער מאן שטארבט, איז זי פריי פון דעם געזעץ, און נישט קיין נואפת, ווען זי ווערט (דאס ווייב) פון אן אנדערן מאן.
4 So, my brothers and sisters, you too were put to death to the law through Christ's body, to belong to another—the one raised from the dead—so we might bear fruit for our Father. אזוי אויך, ברידער מיינע, זענט איר טויט געמאכט געווארן צו דער געזעץ דורך דעם גוף פונם משיח, אז איר זאלט געהערן צו אן אנדערן, צו דעם אויפגעשטאנענעם פון די טויטע, כדי מיר זאלן ברענגען פירות צו ה׳.
5 For when we were in the flesh, sin's passions, stirred by the law, worked in our bodies to produce fruit for death. ווארום ווען מיר זענען געווען אינם פלייש, האבן די זינדיקע תאוות, וואס זענען דורך דער געזעץ, געווירקט אין אונדזערע אברים צו ברענגען פירות צו דעם טויט.
6 But now we're released from the law, dead to what held us bound, so we serve in the new way of the Spirit, not the old way of the written code. איצט אבער זענען מיר פטור פון דער געזעץ, זייענדיק געשטארבן וואס שייך דעם, צו וועלכן מיר זענען געווען געבונדן, כדי מיר זאלן דינען אין דער באנייאונג פונם גייסט, און נישט לויט דער אלטקייט פונם אות.
7 What then should we say? Is the law sin? Never! Yet I wouldn't have known sin except through the law—nor would I have known craving, had the law not said, "Do not crave what isn't yours." וואס וועלן מיר דעריבער זאגן? אז די געזעץ איז זינד? חס ושלום! נאר ווען נישט דורך דער געזעץ, וואלט איך נישט געוואוסט פון דער זינד; ווייל, וואלט די געזעץ נישט געזאגט: דו זאלסט נישט גלוסטן (שמות כ, יז.), וואלט איך פון גלוסטיקייט תאווה נישט געוואוסט;
8 But sin, seizing an opening through the commandment, produced in me every covetous craving. For apart from law, sin is dead. און די זינד, געפינענדיק א סיבה דורך דעם געבאט, האט אויפגעוועקט אין מיר יעדע תאווה; ווארום אָן א געזעץ איז די זינד טויט.
9 I once lived apart from law; but when the commandment came, sin revived, and I died. און אמאל האב איך געלעבט אָן א געזעץ; איז געקומען דאס געבאט, האט די זינד אויפגעלעבט, און איך בין געשטארבן;
10 I found that the very commandment that was meant to bring life actually brought death. און עס האט זיך ארויסגעוויזן, אז דאס געבאט, וואס האט געזאלט זיין צום לעבן (ויקרא יח, ה.), איז מיר געווארן צום טויט;
11 For sin, seizing the opportunity through the commandment, deceived me, and through the commandment killed me. ווארום די זינד, געפינענדיק א סיבה אינם געבאט, האט מיך פארפירט און דאדורך מיך געטייט.
12 So then, the law is holy, and the commandment is holy and righteous and good. אזוי ארום איז די תורה הייליק, און דאס געבאט איז הייליק און גערעכט און גוט.
13 Did the good, then, bring death to me? Absolutely not! Rather, sin—to be exposed as sin—produced death in me through the good, so that through the commandment sin might become extremely sinful. צי איז דען דאס גוטע געווארן פאר מיר דער טויט? חס ושלום! נאר די זינד, כדי זי זאל דערשיינען אלס זינד, ווירקנדיק פאר מיר דעם טויט דורך דעם גוטן—כדי דורך דעם געבאט זאל זיך ארויסווייזן ווי זייער זינדיק זינד איז.
14 For we know the law is spiritual, but I am fleshly, sold under sin. ווארום מיר ווייסן, אז די תורה איז רוחניותדיק; אבער איך בין גשמיותדיק און פארקויפט אונטער דער זינד.
15 I don't understand what I do; for I don't do what I want, but what I hate I do. ווארום איך ווייס נישט וואס, איך טו; ווייל איך טו נישט דאס, וואס איך וויל, נאר וואס איך האס, דאס טו איך.
16 If I do what I don't want, I agree the law is good. און אויב איך טו דאס, וואס איך וויל נישט, בין איך מודה, אז די תורה איז גוט.
17 So now, it's no longer I who do it, but sin living in me. און איצט בין איך עס מער נישט, וואס טוט דאס, נאר די זינד, וואס וואוינט אין מיר.
18 For I know nothing good lives in me—that is, in my flesh. For I want to do good but can't carry it out. ווארום איך ווייס, אז אין מיר, דאס הייסט אין מיין פלייש, וואוינט נישט קיין שום גוטס; ווייל ביי מיר איז פאראן דער רצון, אבער דאס ווירקן דאס גוטע—נישט.
19 For I don't do the good I want, but the evil I don't want—that I keep doing. ווארום דאס גוטע, וואס איך וויל, טו איך נישט; נאר דאס שלעכטע, וואס איך וויל נישט, דאס טו איך יא.
20 Now if I do what I don't want, it's no longer I doing it, but sin living in me doing it. אבער אויב איך טו דאס, וואס איך וויל נישט, ווירק איך עס נישט מער, נאר די זינד, וואס וואוינט אין מיר.
21 So I find this law: when I want to do good, evil lies close at hand. אזוי ארום געפין איך דאס געזעץ, ווען איך וויל טאן דאס גוטע, אז דאס שלעכטע איז ביי מיר.
22 For in my inner being I delight in the law of our Father. ווארום לויט מיין אינערלעכן מענטשן פריי איך מיך מיט דער תורה פון ה׳;
23 But I see another law in my body, warring against the law of my mind and taking me captive to the law of sin at work in my body. איך זע אבער אין מיינע אברים אן אנדער געזעץ, וואס האלט מלחמה מיט דעם געזעץ פון מיין פארשטאנד, וואס נעמט מיך געפאנגען צום געזעץ פון זינד, וואס איז אין מיינע אברים.
24 What a wretched man I am! Who will rescue me from this body of death? אָ, איך עלנטער מענטש! ווער וועט מיך באפרייען פונם גוף פון דעם דאזיקן טויט?
25 Thanks to our Father through Jesus Christ our Lord! So then, I myself serve the law of our Father with my mind, but with my flesh, the law of sin. געלויבט זיי ה׳, דורך יהושען/ישוען דעם משיח אונדזער האר. אזוי ארום דין איך אליין מיטן פארשטאנד די תורה פון ה׳, אבער מיטן גוף דעם געזעץ פון זינד.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]