Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Romans 4 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 What then should we say that Abraham, our physical forefather, has found? וואס זשע זאלן מיר זאגן וועגן אברהם אבינו? וואס האט ער דען דערגרייכט לויטן פלייש?
2 For if Abraham was justified by works, he has something to boast about—but not before our Father. ווארום אויב אברהם איז גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים (טובים), האט ער עפעס, מיט וואס זיך צו בארימען, אבער נישט פאר ה׳.
3 For what does Scripture say? Abraham believed our Father, and it was counted to him as righteousness. ווייל וואס זאגן די כתבי (הקודש)? אברהם האט געגלויבט ה׳ און דאס איז אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט. (בראשית טו, ו.)
4 To the one who works, wages aren't credited as a gift but as what's owed. דעם ארבעטער אבער ווערט דער לוין נישט פאררעכנט אלס חסד נאר אלס א חוב.
5 But to one who does not work, but trusts him who justifies the wicked, his faith is counted as righteousness. אבער דעם, וואס ארבעט נישט, נאר גלויבט אין אים, וואס מאכט גערעכט דעם רשע, ווערט זיין אמונה אים פאררעכנט צו גערעכטיקייט.
6 As David also speaks of the blessing of the person our Father credits righteousness to, apart from works: דוד רעדט אויך אזוי איבער דער גליקלעכקייט פון דעם מענטשן, וועמען ה׳ פאררעכנט גערעכטיקייט אָן (פארלאזן זיך אויף) מעשים (טובים):
7 "Blessed are those whose lawless deeds are forgiven, and whose sins are covered; וואויל איז די, וועמעס אומגערעכטיקייטן זענען פארגעבן געווארן און וועמעס זינד זענען פארדעקט געווארן;
8 blessed is the one whose sin our Father will never count against him." וואויל איז דעם מענטש, וועמען דער האר ג‑ט רעכנט נישט צו קיין זינד. (תהלים לב, ב, ג.)
9 Is this blessing only for the circumcised, or also the uncircumcised? We say Abraham's faith was credited as righteousness. צי איז דען די דאזיקע גליקלעכקייט פאר דעם געמלטן אליין אדער אויך פאר דעם נישט געמלטן? ווארום מיר זאגן דאך, אז אברהמען איז דער גלויבן פאררעכנט געווארן אלס גערעכטיקייט.
10 How then was it credited? While he was circumcised, or uncircumcised? Not while circumcised, but while uncircumcised. וויאזוי זשע איז עס אים פאררעכנט געווארן? זייענדיק געמלט, אדער איידער ער האט זיך מל געווען? ניין, נישט ווען ער איז שוין געווען געמלט, נאר ווען ער איז נאך געווען אין ערלה;
11 He received circumcision as a sign, a seal of the righteousness he had by faith while still uncircumcised, so he would be father of all who believe though uncircumcised, with righteousness credited to them too, און דעם צייכן פון מילה האט ער באקומען ווי א חתימה פון דער גערעכטיקייט פון אמונה, וואס ער האט געהאט איידער נאך ער האט זיך מל געווען; כדי ער זאל זיין דער פאטער פון אלע נישט געמלטע מאמינים, אז עס זאל אויך זיי פאררעכנט ווערן צו גערעכטיקייט;
12 and father of the circumcised who are not only circumcised but also walk in the footsteps of the faith our father Abraham had while uncircumcised. און דער פאטער פון די געמלטע, צו זיי, וואס נישט נאר זענען זיי געמלט, נאר גייען אין די פוסטריט פון דער אמונה, וועלכע אברהם אבינו האט געהאט נאך איידער ער האט זיך מל געווען.
13 For the promise to Abraham and his offspring that he would inherit the world did not come through the law, but through faith's righteousness. ווארום די הבטחה, אז אברהם אדער זיין זאמען וועט ירשענען די וועלט, איז נישט געווען דורך דער געזעץ, נאר דורך דער צדקות פון אמונה.
14 For if those who live by the law are heirs, faith is emptied and the promise nullified. ווארום אויב נאר די געזעץ לייט זענען יורשים, דאן האט די אמונה פארלוירן די ווערט און די הבטחה איז בטל;
15 Law brings wrath; where there is no law, there is no violation. ווייל די געזעץ ווירקט צארן (שטראף); און וואו עס איז נישטא קיין געזעץ, דארט איז אויך נישט פאראן קיין עבירה.
16 So it comes by faith, to be by grace, guaranteeing the promise to all the offspring—not only those tied to the law but also those who share Abraham's faith, father of us all, צוליב דעם דורך אמונה, כדי עס זאל זיין לויט חסד, אז די הבטחה זאל זיין פארזיכערט צו דעם גאנצן זאמען; נישט נאר צו די פון דער געזעץ אליין, נאר אויך צו די פון דעם גלויבן פון אברהם, וועלכער איז אונדזער אלעמענס פאטער—
17 as it is written, "I have made you father of many nations"—before our Father, in whom he believed, who gives life to the dead and calls things that do not exist into being. ווי עס שטייט געשריבן: איך האב דיך באשטימט פאר א פאטער פון פיל פעלקער (בראשית יז, ה.) —פאר ה׳, וועמען ער האט געגלויבט, אז ער מאכט לעבעדיק די טויטע און רופט דאס נישט עקזיסטירנדיקע פונקט ווי עס וואלט שוין עקזיסטירט.
18 Against hope, he believed in hope, becoming father of many nations, as he'd been told: "So will your offspring be." וואס, ווען עס איז נישט געווען קיין גרונט פאר האפענונג, האט דאך געגלויבט אין דער האפענונג, אז ער וועט ווערן א פאטער פון פיל פעלקער, ווי עס איז אים צוגעזאגט געווארן: אזוי וועט זיין דיין זאמען. (בראשית טו, ה.)
19 Not weak in faith, he considered his own body already as good as dead—he was about one hundred—and Sarah's womb lifeless. און איז נישט שוואך געווארן אין גלויבן, ווען ער האט נאכגעדענקט איבער זיין אייגענעם שוין כמעט טויטן גוף—ער איז דעמאלט אלט געווען באלד הונדערט יאר—און שרהס אפגעשטארבענער מוטערטראכט;
20 He did not doubt our Father's promise in lack of faith, but was strengthened in faith, giving glory to our Father, און האט נישט געצווייפלט דורך אומגלויבן אין ה׳ס הבטחה, נאר זיך געשטארקט אין אמונה, אפגעבנדיק כבוד צו ה׳,
21 fully convinced that what our Father had promised he was also able to do. און זייענדיק פולשטענדיק איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד צו טאן וואס ער האט צוגעזאגט.
22 That is why "it was credited to him as righteousness." דערפאר איז עס אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט.
23 But the words "it was credited to him" were written not for his sake alone, נישט נאר פאר אים אליין איז עס געשריבן געווארן; עס איז אים פאררעכנט געווארן,
24 and also for us who will be credited with it—those trusting the one who raised our Lord Jesus from the dead, נאר אויך פאר אונדזערטוועגן, וועמען עס וועט פאררעכנט ווערן, וואס גלויבן אין אים, וועלכער האט אויפגעוועקט פון די טויטע יהושען/ישוען אונדזער האר,
25 who was delivered over for our sins and raised to make us right with our Father. וועלכער איז איבערגעגעבן געווארן (צום טויט) צוליב אונדזערע עבירות און אויפגעוועקט געווארן פאר אונדזער גערעכטפערטיקונג.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]