Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Romans 3 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 What advantage, then, does the Jew have? Or what is the value of circumcision? דעריבער, וואס פאר א מעלה האט דער ייד, אדער וואס איז דער נוצן פון דער מילה?
2 Much in every way. First of all, they were entrusted with the very words of our Father. א סך אויף יעדן פאל—קודם כל טאקע ווייל צו זיי (די יידן) איז אנפארטרויט געווארן דאס וואס ה׳ האט גערעדט.
3 What then? If some were unfaithful, will their unfaithfulness nullify the faithfulness of our Father? און אויב א טייל האבן נישט געגלויבט, וואס מאכט עס דען אויס? צי מאכט דען זייער אומגלויבן צונישט די געטריישאפט פון ה׳?
4 No! Let our Father be true, though every person is a liar. As it is written: "You are proven right in your words, and win when judged." חס ושלום! זאל זיך ה׳ ארויסווייזן אלס ווארהאפטיק און יעדער מענטש א ליגנער, ווי עס שטייט געשריבן: כדי דו זאלסט זיין גערעכט אין דיינע רייד און זיגן ווען דו ווערסט געמשפט. (תהלים נא, ה.)
5 But if our wrongdoing highlights our Father's righteousness, what do we say? Is our Father unjust to bring wrath on us? (I speak in human terms.). אויב אבער אונדזער רשעות ווייזט אויף די צדקות פון ה׳, וואס וועלן מיר זאגן? אז ה׳ איז אומגערעכט, ברענגענדיק צארן? איך רעד ווי א מענטש.
6 Certainly not! For then how could our Father judge the world? חס ושלום! ווייל אויב אזוי, ווי וואלט ה׳ געקענט משפטן די וועלט?
7 But if my lie makes our Father's truth overflow to his glory, why am I still judged as a sinner? אויב אבער דורך מיין שקר האט זיך דער אמת פון ה׳ געשטארקט צו זיין כבוד, פארוואס זאל איך נאך געמשפט ווערן ווי א חוטא?
8 Why not say, as some slander us as saying, "Let's do evil so good may come"? Their judgment is deserved. און פארוואס זאלן מיר נישט טאקע—ווי די, וואס באליידיקן אונדז באהויפטן, אז מיר זאגן—טאן דאס שלעכטע, כדי דאס גוטע זאל קומען? זייער משפט איז גערעכט.
9 What then? Are we better off? Not at all—we've already charged that Jews and Greeks alike are all under sin's grip, דעריבער וואס? צי האבן מיר דען עפעס א מעלה? בשום אופן נישט! ווארום מיר האבן שוין פריער באוויזן, אז סאי דער ייד און סאי דער גריך זענען אלע אונטער דער זינד;
10 as it is written: "There is no one righteous, not even one; אזוי ווי עס שטייט געשריבן: עס איז נישט פאראן קיין צדיק, קיין איינער נישט;
11 no one understands; no one seeks our Father. עס איז נישט פאראן קיין פארשטענדיקער, עס איז נישט פאראן קיין איינער, וואס זוכט ה׳;
12 All have turned away; together they have become worthless; no one does good, not even one. אלע האבן אפגענייגט, זיי זענען צוזאמען נוצלאז געווארן; עס איז נישט פאראן קיינער, וואס טוט גוטס, ניין, נישט איינער. (תהלים יד, ב-ד.)
13 Their throat is an open grave; they use their tongues to deceive." "The venom of snakes is under their lips. זייער קעל איז אן אפן קבר, מיט זייערע צונגען האבן זיי פאררעטעריש געהאנדלט, שלאנגענגיפט איז אונטער זייערע ליפן (תהלים ה, ח; קמ, ד.);
14 Their mouth is full of cursing and bitterness. וועמעס מויל איז פול מיט פלוך און ביטערקייט (תהלים י, ז.);
15 Their feet are swift to shed blood; זייערע פיס איילן צו פארגיסן בלוט;
16 ruin and misery mark their ways, צעשטערונג און ליידן זענען אויף זייערע וועגן;
17 and the way of peace they have not known. און דעם וועג פון שלום האבן זיי נישט דערקענט (ישעיהו נט, ז-ח.);
18 There is no fear of our Father before their eyes." די מורא פאר ה׳ איז נישט פאר זייערע אויגן. (תהלים לו, ב.)
19 We know whatever the law says applies to those under it, so every mouth is silenced and the whole world stands accountable to our Father. מיר אבער ווייסן, אז וואס די תורה זאגט, איז עס גערעדט געווארן צו די, וועלכע זענען אונטער דער תורה, כדי איטלעכס מויל זאל פארשטאפט ווערן און די גאנצע וועלט זאל זיין שולדיק פאר ה׳;
20 No one is made right before him by works of the law; the law brings awareness of sin. צוליב דעם, וואס דורך די מעשים פון (מחמיר חומרא) געזעץ וועט קיין בשר (ודם) נישט גערעכטפערטיקט ווערן פאר אים; ווארום דורך דער תורה קומט די פולע דערקענטעניש פון זינד.
21 But now, apart from the law, our Father's righteousness has been revealed, testified to by the Law and the Prophets. איצט אבער האט זיך, אויסער דער תורה, באוויזן די גערעכטיקייט פון ה׳, וועגן וועלכער סאי די תורה סאי די נביאים האבן עדות געזאגט:
22 This righteousness of our Father comes through faith in Jesus Christ, to all who believe, for there's no distinction, די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק;
23 since all have sinned and fall short of the glory of our Father, ווארום אלע האבן געזינדיקט און געפעלט אין דער הערלעכקייט פון ה׳;
24 and are justified freely by his grace through the redemption that is in Christ Jesus. און ווערן גערעכטפערטיקט פריי דורך זיין חסד דורך דער אויסלייזונג פונם משיח יהושע/ישוע;
25 Our Father presented him as the atoning sacrifice, through faith in his blood, to show his righteousness, since in his patience he had passed over sins committed before, וועמען ה׳ האט ארויסגעשטעלט אלס א כפורת אין זיין בלוט צו זיין באקומען דורך אמונה. דאס איז געווען כדי צו ווייזן ה׳ס גערעכטיקייט ווייל אין זיין צוריקגעהאלטנקייט ער האט פסח פריער באגאנגענע זינד
26 to show his righteousness now, so he is both just and the justifier of whoever trusts in Jesus. כדי צו ווייזן זיין גערעכטיקייט אין דער איצטיקער צייט און אז ער אליין איז גערעכט און דער גערעכטפערטיקער פון דעם, וואס גלויבט אין יהושען/ישוען.
27 Where then is boasting? Excluded. By what law? Of works? No—by the law of faith. וואו זשע איז די בארימעריי? זי איז אויסגעשלאסן. דורך וואס פאר א תורה? צי פון מעשים? ניין, נאר דורך דער תורה פון אמונה.
28 For we maintain that a person is justified by faith apart from works of the law. ווארום מיר דרינגען ארויס, אז א מענטש ווערט גערעכטפערטיקט דורך אמונה אָן די מעשים פון דער תורה.
29 Or is our Father the Father of Jews only? Not the Father of Gentiles too? Yes, of Gentiles too, צי איז דען ג‑ט בלויז דער ג‑ט פון די יידן? צי איז ער דען נישט אויך (דער ג‑ט) פון די אומות העולם? געוויס, אויך פון די אומות העולם;
30 since our Father is one, he will justify the circumcised by faith and the uncircumcised through faith. ווייל ה׳ איז איינער, וואס וועט גערעכטפערטיקן דעם געמלטן פון אמונה און דעם נישט געמלטן דורך אמונה.
31 Do we cancel the law through this faith? Never—we confirm the law. צי מאכן מיר דען די תורה בטל דורך אמונה? חס ושלום! נאר מיר באשטעטיקן די תורה.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]