Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Philippians 2 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 So if any encouragement in Christ, any comfort from love, any deep communion in the Holy Spirit, any tenderness and compassion exist, אויב דעריבער סע געפינט זיך וואסער טרייסט אין דעם משיח, אויב א מיטגעפיל פון ליבע, אויב א חברותאשאפט פון דעם גייסט, אויב רחמים און בארעמהארציקייט,
2 complete my joy: think alike, love alike, unite in spirit, one in purpose. מאכט מיין שמחה פול, אז איר זאלט דענקען דאס זעלביקע, האבנדיק די זעלביקע ליבע, זייענדיק אייניק, האבנדיק איין מחשבה;
3 Do nothing out of selfish ambition or empty conceit, but in humility consider others better than yourselves. גארנישט טוענדיק דורך צאנקעריי אדער פוסטער גאווה, נאר עניוותדיקערהייט האלטנדיק איינער דעם אנדערן ווי גרעסער פון זיך אליין;
4 Each of you should attend not only to your own interests, but also to others'. נישט אכטונג געבנדיק נאר אויף זיין אייגנס, נאר אויך אויף יענעמס.
5 Have this mindset among yourselves—one that is yours in Christ Jesus, זאל ביי אייך זיין די זעלביקע מחשבה, וואס איז געווען אין דעם משיח יהושע/ישוע,
6 who, existing in the form of our Father, did not consider equality with our Father something to be grasped, וועלכער, זייענדיק אין דעם געשטאלט פון ג‑ט, האט עס נישט באטראכט פאר א חזקה פעסטצוהאלטן גלייך צו זיין צו ה׳,
7 but emptied himself by taking on the form of a servant and being born in human likeness. נאר האט זיך אויסגעליידיקט, נעמענדיק אויף זיך דאס געשטאלט פון א קנעכט, ווערנדיק ענלעך צו מענטשן;
8 And appearing as a human being, he humbled himself by becoming obedient to death—even death on a cross. און געפונען ווערנדיק אין מענטשלעכער פארם, האט ער זיך נידריק געמאכט און איז געווארן געהארכזאם ביז צום טויט—דעם טויט אויפן בוים.
9 Therefore our Father exalted him to the highest place and gave him the name that is above every name, דערפאר טאקע האט אויך ה׳ אים זייער דערהייבט, און אים געשענקט דעם נאמען, וואס איז איבער יעדן נאמען,
10 so that at the name of Jesus every knee should bow, in heaven and on earth and under the earth, כדי אין דעם נאמען יהושע/ישוע זאל זיך בייגן יעדע קני, וואס איז אין הימל און אויף דער ערד און אונטער דער ערד,
11 and every tongue confess that Jesus Christ is Lord, to the glory of our Father. און יעדע צונג זאל מודה זיין, אז יהושע/ישוע המשיח איז האר, צום כבוד פון ג‑ט דעם פאטער.
12 So, my dear ones, as you've always obeyed—not only in my presence but now much more in my absence—keep working out your salvation with fear and trembling, דעריבער, מיינע געליבטע, ווי איר זענט תמיד געווען געהארכזאם, נישט נאר אין מיין אנוועזנהייט (ביי אייך), נאר פיל מער איצט אין מיין אפוועזנהייט, אזוי ארבעט אויס אייער אייגענע ישועה מיט יראה און מיט ציטערניש;
13 for our Father works in you, giving both the will and the work for his good purpose. ווארום ה׳ איז עס, וואס ווירקט אין אייך סאי צו וועלן סאי צו טאן לויט זיין רצון.
14 Do everything without grumbling or arguing, טוט אלץ אָן מורמלען און וויכוחים,
15 so you may be blameless and pure, faultless children of our Father amid a crooked and depraved generation—shining among them like stars in the world, כדי איר זאלט זיין אָן שולד און אָן פאלשקייט, קינדער פון ה׳ אָן א מום אין דער מיט פון א פארקרימט און א פארדרייט דור, צווישן וועלכע איר שיינט ווי ליכט אין דער וועלט,
16 holding firmly to the word of life, so I can boast on Christ's day that I didn't run or work for nothing. פעסטהאלטנדיק דאס ווארט פון לעבן, מיר צום רום אינם טאג פון דעם משיח, אז איך בין נישט אומזיסט געלאפן און האב נישט אומזיסט געפראצעוועט.
17 But even if I'm poured out as a drink offering on the sacrifice and service of your faith, I'm glad and rejoice with you all. נאר אויב איך זאל אפילו אויסגעגאסן ווערן אויף דעם קרבן און עבודה פון אייער אמונה, פריי איך מיך, און פריי מיך מיט אייך אלע צוזאמען;
18 So you too should be glad and rejoice with me. און איבער דעם דאזיקן זאלט איר זיך אויך פרייען און מיטפרייען מיט מיר.
19 I hope, in the Lord Jesus, to send Timothy to you soon, so I too may be encouraged, knowing how you are. און איך האף אין דעם האר יהושע/ישוע צו שיקן טימאטעוסן צו אייך אין גיכן, כדי איך זאל זיך אויך פילן בארואיקט, דערוויסנדיק זיך ווי עס דערגייט אייך.
20 I have no one else like him, who will genuinely care for your welfare. ווארום איך האב נישט קיינעם, וואס איז גלייך צו אים אין גייסט, וועלכער זאל ווירקלעך פאר אייך זארגן.
21 For they all look after their own interests, not those of Jesus Christ. ווארום אלע זוכן זייערע אייגענע עסקים, נישט דאס, וואס איז שייך יהושע/ישוע המשיחן.
22 You know Timothy's proven worth—like a son with a father, he served with me in the gospel work. איר אבער ווייסט זיין אויסגעפרואווטקייט, אז ווי א קינד צו זיין פאטער, אזוי האט ער געארבעט ווי א קנעכט מיט מיר אין דער בשורה טובה.
23 So I hope to send him as soon as I see how things go with me, האף איך דעריבער אים צו שיקן, אזוי גיך ווי נאר איך וועל זיך דערוויסן, וואס מיט מיר וועט געשען,
24 and I am confident in the Lord that I myself will come soon. און האב בטחון אין דעם האר, אז איך אליין וועל אויך באלד קומען צו אייך.
25 I thought it necessary to send Epaphroditus back to you—my brother, coworker, and fellow soldier, your messenger and servant for my needs. איך האב אבער געהאלטן פאר נויטיק צו שיקן צו אייך עפאפראדיטוסן, מיין ברודער און מיטארבעטער און מיטזעלנער, אייער שליח און דינער אין מיין נויט;
26 He has longed for you all, and is troubled that you heard he was sick. ווייל ער האט געבענקט נאך אייך אלעמען, און זיך שטארק מצער געווען צוליב דעם, וואס איר האט געהערט, אז ער איז קראנק געווען;
27 Indeed he was sick, and nearly died. But our Father had mercy on him—not only him but me too, sparing me sorrow upon sorrow. ווארום ער איז טאקע געווען טויטקראנק; נאר ה׳ האט זיך מרחם געווען אויף אים, און נישט נאר אויף אים אליין, נאר אויך אויף מיר, כדי איך זאל נישט האבן טרויער אויף טרויער.
28 So I'm more eager to send him, so seeing him again you'll rejoice and I'll worry less. איך האב אים דעריבער מער איילנדיק געשיקט, כדי איר זאלט זיך פרייען, ווידער זעענדיק אים, און איך זאל זיין אָן זארג.
29 Welcome him in the Lord with all joy, and honor people like him, זייט זשע אים מקבל אין דעם האר מיט יעדער שמחה; און טיילט צו כבוד אזעלכע ווי ער איז;
30 because he neared death for Christ's work, risking his life to make up your missing help to me. ווייל צוליב דעם ווערק פון משיח איז ער געקומען נאענט צום טויט, ריזיקירנדיק מיטן לעבן כדי צו דערפילן דאס, וואס האט געפעלט אין אייער באדינונג פאר מיר.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]