Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Philemon 1 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Paul, a prisoner of Christ Jesus, and Timothy our brother, to Philemon, our dear friend and co-worker, פוילוס, א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע, און טימאטעוס דער ברודער, צו פילעמאן דעם געליבטן (מאן) און אונדזער מיטארבעטער,
2 and to our sister Apphia, our fellow soldier Archippus, and the church that meets in your house: און צו אפפיא אונדזער שוועסטער, און צו ארכיפוסן אונדזער מיטזעלנער, און צו דער קהלה אין דיין הויז:
3 Grace and peace to you from our Father and the Lord Jesus Christ. חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.
4 I always thank my Father as I remember you in my prayers, איך דאנק ה׳ אין יעדער צייט, דערמאנענדיק דיך אין מיינע תפילות,
5 because I hear of your love and faith in the Lord Jesus and for all his holy people. ווייל איך האב געהערט פון דיין ליבע און דער אמונה, וואס דו האסט צום האר יהושע/ישוע און צו אלע הייליקע;
6 I pray your shared faith becomes effective as you come to understand every good thing we have in Christ. כדי די חברותאשאפט פון דיין אמונה זאל ווערן ווירקזאם אין דער דערקענטעניש פון אלעם גוטן, וואס איז אין אונדז, צום משיח.
7 Your love has brought me great joy and comfort, brother, since you've refreshed the hearts of his holy people. ווארום איך האב געהאט א גרויסע פרייד און טרייסט איבער דיין ליבע, ווייל די הערצער פון די קדושים זענען דערקוויקט געווארן דורך דיר, מיין ברודער.
8 Therefore, although in Christ I am bold enough to command you to do what is right, דעריבער, הגם איך האב די פולע פרייהייט אינם משיח דיר צו באפעלן וואס איז רעכט,
9 instead, for love's sake I appeal—I, Paul, an old man, now also a prisoner of Christ Jesus. (דאך) צוליב דער ליבע, וועל איך ליבער בעטן, אזעלכער בין איך, פוילוס דער זקן, און איצט אויך א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע;
10 I appeal to you for my child Onesimus, whose father I became while I was in chains. איך בעט דיך פאר מיין זון, וועלכן איך האב געבוירן אין מיינע קייטן, פאר אנעסימוסן,
11 He was once useless to you, but now is useful to you and me. וואס אמאל איז ער פאר דיר געווען אומנוצלעך, איצט אבער זייער נוצלעך סאי פאר דיר סאי פאר מיר;
12 I am sending him back to you—and in doing so I am sending my very heart. איך האב אים צוריקגעשיקט צו דיר, אים אליין, דאס הייסט מיין הארץ;
13 I wanted to keep him with me, to serve me on your behalf while I'm in chains for the gospel. איך האב אים גערן געוואלט האלטן ביי מיר, כדי ער, אלס דיין פארטרעטער, זאל מיר דינען אין די קייטן פון דער בשורה טובה;
14 But I wanted to do nothing without your consent, so your good deed would not be forced, but voluntary. אָן דיין וויסן אבער האב איך גארנישט געוואלט טאן; כדי דיין טובה זאל נישט זיין געצוואונגען, נאר פון גוטן ווילן.
15 Perhaps this is why he was separated from you briefly, so you'd have him back forever. ווארום אפשר האט ער זיך צוליב דעם אפגעשיידט (פון דיר) לפי שעה, כדי דו זאלסט אים באקומען אויף אייביק;
16 No longer as a slave, but more than a slave—a beloved brother, especially to me, but even more to you, both in the flesh and in the Lord. נישט מער ווי א קנעכט, נאר העכער פון א קנעכט, ווי א געליבטן ברודער, איבערהויפט פאר מיר, און וויפל מער פאר דיר סאי אין דעם פלייש סאי אין דעם האר.
17 So if you consider me a partner, welcome him as you would welcome me. אויב דעריבער דו האלטסט מיך פאר א חבר, נעם אים אויף ווי מיך אליין.
18 If he wronged you at all, or owes anything, put it on my account. און אויב ער האט דיך עפעס באעוולט, אדער איז דיר שולדיק, רעכן דאס דאזיקע מיר צו;
19 I, Paul, write this with my own hand: I'll repay it—not to mention you owe me yourself as well. איך, פוילוס, האב עס געשריבן מיט מיין אייגענער האנט, איך וועל עס אפצאלן; הגם איך זאג דיר נישט, אז דו ביסט אפילו דיך אליין מיר שולדיק.
20 Yes, brother, do me this favor in the Lord—refresh my heart in Christ. יא, מיין ברודער, לאז מיך א הנאה האבן פון דיר אינם האר; דערקוויק מיין הארץ אין דעם משיח.
21 Trusting you'll obey, I write to you, knowing you'll do even more than I ask. איבערצייגט פון דיין געהארכזאמקייט, האב איך געשריבן צו דיר, ווייל איך ווייס, אז דו וועסט טאן מער ווי איך זאג.
22 Also prepare a guest room for me—I hope through your prayers to be graciously given back to you. און אין דער זעלביקער צייט גרייט אויך צו פאר מיר א גאסטשטיבל; ווארום איך האף, אז דורך אייערע תפילות, וועל איך געשענקט ווערן צו אייך.
23 Epaphras, my fellow prisoner in Christ Jesus, sends you greetings, עפאפראס, מיין מיטגעפאנגענער אינם משיח יהושע/ישוע, לאזט דיר אפגעבן שלום,
24 and so do Mark, Aristarchus, Demas, and Luke, my fellow workers. (אויך) מארקוס, אריסטארכוס, דעמאס, לוקאס, מיינע מיטארבעטער.
25 The grace of the Lord Jesus Christ be with your spirit. Amen. זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייער גייסט.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]