Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 6 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 "Take care not to practice your righteousness before others to be seen by them, or you have no reward from your Father in heaven. גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט טאן אייער צדקה פאר לייטן, כדי פון זיי געזען צו ווערן; און אויב נישט, האט איר נישט קיין שכר ביי אייער פאטער, וואס איז אין הימל.
2 So when you give to the needy, don't announce it with a trumpet, like the hypocrites do in synagogues and streets, to be praised by people. I assure you: they've already received their full reward. דעריבער ווען דו טוסט א גמילות חסד, לאז נישט אויסטראמפייטערן פאר דיר, ווי די צבועקעס טאן אין די שולן און אויף די גאסן, כדי געלויבט צו ווערן פון לייטן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.
3 But when you give to the needy, don't let your left hand know what your right hand does, דו אבער ווען דו טוסט א גמילות חסד זאל דיין לינקע האנט נישט וויסן, וואס די רעכטע טוט,
4 so that your gift stays secret. Your Father, who sees in secret, will repay you. כדי דיין גמילות חסדים זאל בלייבן פארבארגן; און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן.
5 "When you pray, don't be like hypocrites who love praying standing in synagogues and on street corners to be seen by others. Truly, I tell you: they've already received their full reward. און ווען איר טוט תפילה, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, ווייל זיי האבן ליב תפילה צו טאן ווען זיי שטייען אין די שולן און אויף די עקן פון די גאסן, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.
6 But when you pray, go into your room, shut the door, and pray to your Father in secret. Your Father who sees in secret will reward you. דו אבער, ווען דו טוסט תפילה, גיי אריין אין דיין חדרל, און פארשליס די טיר, און זיי מתפלל צו דיין פאטער, וואס איז פארבארגן, און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן.
7 When you pray, don't babble like those who don't know the Father, because they think many words will get them heard. און תפילה טוענדיק, זאלט איר נישט פלאפלען ווי די אומות (העולם); מחמת זיי מיינען, אז דורך א סך ווערטער זייערע, וועלן זיי דערהערט ווערן.
8 Do not be like them, for your Father knows what you need before you ask him. דעריבער זייט נישט גלייך ווי זיי! מחמת ה׳, אייער פאטער, ווייסט וואס איר באדארפט, איידער איר בעט אים.
9 This, then, is how you should pray: 'Our Father in heaven, may your name be honored as holy, דעריבער זאלט איר אזוי תפילה טאן: אונדזער פאטער, וואס דו ביסט אין הימל, געהייליקט זאל ווערן דיין נאמען.
10 your kingdom come, your will be done, on earth as it is in heaven. זאל דיין מלכות קומען. זאל דיין רצון געשען, ווי אין הימל, אזוי אויך אויף דער ערד.
11 Give us today our daily bread. אונדזער טעגלעך ברויט גיב אונדז היינט.
12 And forgive us our debts, as we also have forgiven our debtors. און פארגיב אונדז אונדזערע חובות, ווי אויך מיר האבן פארגעבן די, וואס זענען אונדז שולדיק.
13 And lead us not into temptation, but deliver us from the evil one.' און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון, נאר זיי אונדז מציל פון שלעכטס (מחמת דיין איז דאס מלכות, און די מאכט, און די הערלעכקייט, אויף אייביק! אמן.)
14 "For if you forgive others their sins, your heavenly Father will also forgive you. מחמת אויב איר פארגיט די מענטשן זייערע פעלערן, וועט אייער הימלישער פאטער אייך אויך פארגעבן.
15 But if you do not forgive others their sins, neither will your Father forgive your sins. ווען אבער איר פארגיט די מענטשן נישט, וועט אייער פאטער אייך אויך נישט פארגעבן אייערע עבירות.
16 "When you fast, don't look gloomy like the hypocrites—they disfigure their faces to show others they're fasting. Truly, I tell you, they have their full reward. און ווען איר פאסט, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, מיט א זויער פנים; מחמת זיי פארפינסטערן זייערע פנימער, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן, אז זיי פאסטן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.
17 But when you fast, put oil on your head and wash your face, דו אבער, ווען דו פאסט, זאלב דיר דעם קאפ מיט אייל, און וואש דיר אפ דאס פנים;
18 so you don't appear to others as fasting, but only to your Father, who is hidden. Then your Father, who sees what's hidden, will reward you. כדי זאלסט נישט געזען ווערן פון מענטשן, אז דו פאסט, נאר פאר דיין פאטער, וואס איז פארבארגן; און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן.
19 "Do not store up treasures for yourselves on earth, where moth and rust destroy, and thieves break in and steal. זאמלט אייך נישט איין קיין אוצרות אויף דער ערד, וואו מילב און זשאווער פארדארבן, און וואו גנבים גראבן אונטער און גנבענען אוועק.
20 But store up treasures in heaven for yourselves, where neither moth nor rust destroys, and thieves can't break in and steal. נאר זאמלט אייך איין אוצרות אין הימל, וואו נישט די מילב נישט דער זשאווער פארדארבן, און וואו גנבים גראבן נישט אונטער און גנבענען נישט אוועק.
21 For where your treasure is, there your heart will be also. מחמת וואו דיין אוצר איז, דארט וועט אויך דיין הארץ זיין.
22 "The eye is the body's lamp. If your eye is clear, your whole body will be full of light. דאס ליכט פון דעם גוף איז דאס אויג.
23 But if your eye is bad, your whole body will be dark. If then the light in you is darkness, how great that darkness is! אויב דעריבער דיין אויג איז געזונט, וועט דיין גאנצער גוף זיין ליכטיק. ווען אבער דיין אויג איז בייז, וועט דיין גאנצער גוף זיין פינסטער. דעריבער אויב דאס ליכט, וואס איז אין דיר, איז פינסטער, ווי גרויס איז די חושך!
24 "No one can serve two masters: he'll hate one and love the other, or hold to one and despise the other. You can't serve our Father and money. קיינער קען נישט דינען צוויי הארן; מחמת אדער ער וועט דעם איינעם פיינט האבן, און ליב האבן דעם אנדערן, אדער ער וועט זיך האלטן ביי איינעם, און דעם אנדערן פאראכטן. איר קענט נישט דינען ה׳ און ממון.
25 "So I tell you: don't worry about your life—what you'll eat or drink—or body—what you'll wear. Isn't life more than food, body more than clothes? דערפאר זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר זאלט עסן, אדער וואס איר זאלט טרינקען; און אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר זאלט אנטאן. צי איז דען נישט דאס לעבן מער ווי די שפייז, און דער גוף מער ווי די קליידונג?
26 Look at the birds in the sky: they don't plant, harvest, or store in barns, yet your heavenly Father feeds them. Aren't you worth more than they? קוקט אויף די פייגל פון הימל, אז זיי זייען נישט, און שניידן נישט, און זאמלען אויך נישט אין שייערס אריין; און אייער הימלישער פאטער שפייזט זיי. צי זענט איר דען נישט פיל מער ווערט ווי זיי?
27 Can any of you by worrying add a single hour to your life? און ווער פון אייך זארגנדיק, קען צולייגן אן אייל צו זיין געוואוקס?
28 And why worry about clothing? Consider the lilies of the field, how they grow: they don't work or spin. און פארוואס זארגט איר זיך וועגן א מלבוש? לערנט זיך אראפ פון די ליליעס פון פעלד, ווי זיי וואקסן; זיי ארבעטן נישט און שפינען נישט;
29 Yet I tell you: not even Solomon, in all his glory, was dressed like one of these. איך זאג אייך אבער, אז שלמה מיט זיין גאנצער פראכט איז נישט געווען אזוי אנגעטאן, ווי איינע פון די דאזיקע.
30 If our Father clothes the field's grass like this—here today, thrown into the fire tomorrow—won't he much more clothe you, you of little faith? און אויב ה׳ קליידט אזוי אָן דאס גראז פון פעלד, וואס היינט איז עס דא, און צומארגנס ווערט עס געווארפן אין אויוון אריין, וועט ער דען נישט פיל מער אייך (קליידן), איר קליינגלויביקע?
31 "So don't worry, asking, 'What will we eat?' or 'What will we drink?' or 'What will we wear?' דעריבער זאלט איר נישט זארגן, אזוי צו זאגן: וואס וועלן מיר עסן, אדער וואס וועלן מיר טרינקען, אדער מיט וואס וועלן מיר זיך קליידן?
32 For those who don't know the Father chase all these things, but your heavenly Father knows you need them. מחמת די אומות (העולם) זוכן דאס אלץ; יא, אייער הימלישער פאטער ווייסט, אז איר נויטיקט זיך אין דעם אלעם.
33 But seek first our Father's kingdom and his righteousness, and all these will be added to you. זוכט אבער צום אלעמערשטן זיין מלכות, און זיין גערעכטיקייט; און דאס אלץ וועט אייך צוגעגעבן ווערן.
34 So don't worry about tomorrow—it will worry about itself. Each day has enough trouble of its own." זארגט זשע נישט אויף מארגן; מחמת דער מארגנדיקער טאג וועט זארגן פאר זיך אליין. דער טאג האט גענוג זיין אייגן בייז.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]