Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 5 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Seeing the crowds, Jesus went up the mountain; when he sat down, his disciples came to him. און זעענדיק די המונים מענטשן, איז ער ארויפגעגאנגען אויף דעם בארג; און ווען ער האט זיך אנידערגעזעצט זענען זיינע תלמידים געקומען צו אים.
2 And he opened his mouth and began to teach them, saying: און ער האט אויפגעעפנט זיין מויל און זיי געלערנט, זאגנדיק:
3 "Blessed are the poor in spirit, for theirs is the kingdom of our Father. וואויל איז די ארעמע אין גייסט; ווייל זייערס איז דאס מלכות השמים.
4 Blessed are those who mourn, for they will be comforted. וואויל איז די טרויערנדיקע; ווייל זיי וועלן געטרייסט ווערן.
5 Blessed are the meek, for they will inherit the earth. וואויל איז די, וואס האלטן זיך קליין; ווייל זיי וועלן ירשענען די ערד.
6 Blessed are those who hunger and thirst for righteousness, for they will be satisfied. וואויל איז די, וואס הונגערן און דורשטן נאך גערעכטיקייט; ווייל זיי וועלן געזעטיקט ווערן.
7 Blessed are the merciful, for they will receive mercy. וואויל איז די בעלי רחמים; ווייל זיי וועלן דערלאנגען בארמהארציקייט.
8 Blessed are the pure in heart, for they will see our Father. וואויל איז די, וואס זענען ריין אין הארצן; ווייל זיי וועלן זען ה׳.
9 Blessed are the peacemakers, for they will be called children of our Father. וואויל איז די, וואס מאכן שלום; ווייל זיי וועלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער.
10 Blessed are those who are persecuted for righteousness' sake, for theirs is the kingdom of our Father. וואויל איז די, וואס ווערן פארפאלגט צוליב גערעכטיקייט; ווייל דאס מלכות השמים איז זייערס.
11 "Blessed are you when people insult, persecute, and lie about every kind of evil against you because of me. וואויל איז אייך, ווען מען טוט אייך אָן בזיונות, און מען פארפאלגט אייך, און מען רעדט אויס פאלש אלדאס בייז אויף אייך, צוליב מיר.
12 Rejoice and be glad, for your reward is great in heaven, for they persecuted the prophets before you the same way. פריידט זיך, און זייט זיך זייער משמח, ווייל אייער שכר איז גרויס אין הימל; מחמת אָט אזוי האט מען פארפאלגט די נביאים, וואס זענען געווען פאר אייך.
13 "You are the salt of the earth. But if salt loses its taste, how can it be salted again? It's no longer good for anything but being thrown out and trampled by people. איר זענט דאס זאלץ פון דער ערד; אויב אבער דאס זאלץ זאל פארלירן זיין טעם, מיט וואס וועט עס געזאלצן ווערן? עס טויג מער צו גארנישט, אחוץ ארויסגעווארפן און פון לייטן געטרעטן צו ווערן.
14 "You are the light of the world. A city set on a hill cannot be hidden. איר זענט דאס ליכט פון דער וועלט. א שטאט, וואס ליגט אויף א בארג, קען נישט בלייבן פארבארגן.
15 No one lights a lamp and puts it under a basket, but sets it on a stand to light everyone in the house. מען ליכטבענטשן אויך נישט אויף א ליכט, און שטעלט עס אונטער דעם מאסשעפל, נאר אויף דעם לייכטער; און עס לויכט אלעמען אין הויז.
16 Likewise, let your light shine before people, so they see your good works and glorify your Father in heaven. אָט אזוי זאל אייער ליכט שיינען פאר מענטשן, כדי זיי זאלן זען אייערע מעשים טובים, און אפגעבן א לויב צו אייער פאטער, וואס איז אין הימל.
17 "Don't think I came to abolish the Law or the Prophets—I didn't come to abolish them, but to fulfill them. איר זאלט נישט מיינען, אז איך בין געקומען צו צעשטערן די תורה אדער די נביאים; איך בין נישט געקומען צו צעשטערן, נאר ממלא צו זיין.
18 For truly I tell you: until heaven and earth pass, not one letter, not one stroke, will pass from the Law until everything is done. מחמת באמת זאג איך אייך, ביז דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, וועט קיין איין יוד, אדער א קוצי של יוד פון דער תורה נישט בטל ווערן, ביז אלץ איז געשען.
19 So whoever breaks one of these least commands and teaches others the same will be called least in the kingdom of our Father; but whoever keeps and teaches them will be called great in the kingdom of our Father. דעריבער ווער עס וועט צעשטערן איינע פון די דאזיקע קלענסטע מצוות, און וועט אָט אזוי לערנען די מענטשן, דער וועט הייסן קלענסטער אין דעם מלכות השמים; ווער אבער עס וועט זיי טאן און לערנען, דער וועט הייסן גרויס אינם מלכות השמים.
20 For I tell you, unless you are more righteous than the scribes and Pharisees, you'll never enter the kingdom of our Father. מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.
21 "You've heard that it was said to those of old, 'Do not murder; whoever murders is subject to judgment.' איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן צו די קדמונים: דו זאלסט נישט טייטן; ווער אבער עס טייט, איז חייב צום משפט.
22 But I tell you: whoever is angry with his brother risks judgment. Whoever insults his brother risks the council, and whoever says, 'You fool!' risks fiery hell. איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס איז צארנדיק אויף זיין ברודער, וועט זיין חייב צום משפט; און ווער עס וועט זאגן רקא צו זיין ברודער, וועט זיין חייב צום סנהדרין; און ווער עס וועט זאגן, דו נאר, וועט זיין חייב צום פייער פון גיהנום.
23 "So if you're offering your gift at the altar and recall there that your brother has something against you, דעריבער ווען דו ברענגסט דיין קרבן צו דעם מזבח, און דארטן דערמאנסטו דיך, אז דיין ברודער האט עפעס קעגן דיר,
24 leave your gift there before the altar, go make peace with your brother first, then come offer your gift. זאלסטו דארטן איבערלאזן דיין קרבן פאר דעם מזבח, און גיי קודם כל אהין, רעד זיך דורך מיט דיין ברודער, און דאן קום און זיי מקריב דיין קרבן.
25 Make peace with your accuser quickly, while still on the way with him, or he may hand you over to the judge, the judge to the officer, and you may be thrown into prison. ווער משווה מיט דיין קעגנער געשווינט, בשעת דו ביסט נאך מיט אים אויפן וועג; טאמער וועט דיין קעגנער דיך איבערגעבן צום שופט, און דער שופט צום שוטר, און דו וועסט געווארפן ווערן אין תפיסה אריין.
26 Truly I tell you, you will never get out until you have paid the last penny. באמת זאג איך דיר, דו וועסט פון דארטן בשום אופן נישט ארויסקומען, ביז דו באצאלסט נישט די לעצטע פרוטה!
27 "You have heard that it was said, 'You shall not commit adultery.' איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: זאלסט נישט נואפן!
28 But I tell you: everyone who looks at a woman lustfully has already committed adultery with her in his heart. איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס קוקט אויף א פרוי, זי צו גלוסטן, האט שוין גענואפט מיט איר אין זיין הארצן.
29 If your right eye makes you stumble, tear it out and throw it away—better to lose one part of your body than have your whole body thrown into hell. און אויב דיין רעכט אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס, און ווארף עס אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל געווארפן ווערן אין גיהנום אריין.
30 If your right hand makes you sin, cut it off and throw it away. Better to lose one part of you than have your whole body go into hell. און אויב דיין רעכטע האנט פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק זי אפ, און ווארף זי אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל גיין אין גיהנום אריין.
31 "It was also said, 'Whoever divorces his wife must give her a certificate of divorce.' און עס איז געזאגט געווארן: ווער עס שיידט זיך פון זיין ווייב, זאל ער איר געבן א גט.
32 I tell you: whoever divorces his wife, except for sexual sin, makes her a victim of adultery; and whoever marries a divorced woman commits adultery. איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס שיידט זיך פון זיין ווייב, אחוץ צוליב א פאל פון זנות, מאכט ער זי מזנה צו זיין. און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה.
33 "Again, you've heard it was said to the ancients: 'Don't break your oath—fulfill it to our Father.' ווידער האט איר געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן צו די קדמונים: זאלסט נישט שווערן פאלש, זאלסט אבער אפצאלן דיינע שבועות צום האר (ג‑ט).
34 But I tell you, do not swear an oath at all: neither by heaven, for it is our Father's throne, איך אבער זאג אייך, שווערט לגמרי נישט; נישט ביים הימל, ווייל עס איז ה׳ס כסא הכבוד.
35 nor by the earth, for it's the footstool for his feet, nor by Jerusalem, for it's the city of the great King. נישט ביי דער ערד, ווייל זי איז א פוסבענקל פאר זיינע פיס; נישט ביי ירושלים, ווייל דאס איז די שטאט פון דעם גרויסן מלך.
36 And do not swear by your head, for you cannot make a single hair white or black. זאלסט אויך נישט שווערן ביי דיין קאפ, ווייל דו קענסט נישט קיין איינציקע האר ווייס אדער שווארץ מאכן.
37 Let your 'Yes' be 'Yes,' and your 'No,' 'No'; anything beyond this comes from the evil one. נאר זאל אייער ווארט זיין; יא, יא; ניין, ניין! און וואס איז מער ווי די דאזיקע איז פונם בייזן.
38 "You have heard that it was said, 'Eye for eye and tooth for tooth.' איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: אן אויג פאר אן אויג, און א צאן פאר א צאן;
39 But I tell you: don't resist an evil person. If someone slaps your right cheek, turn the other cheek to him too. איך אבער זאג אייך: איר זאלט זיך נישט אנטקעגנשטעלן דעם בייזן; נאר ווען עמיצער פאטשט דיך אויף דיין רעכטער באק, נייג אים אויך די אנדערע צו.
40 If anyone wants to sue you and take your tunic, let him have your cloak too. און דעם, וואס וויל זיך משפטן מיט דיר און אוועקנעמען דיין העמד, לאז אים אויך דעם אויבער בגד.
41 And if anyone forces you to go one mile, go with him two. און ווער עס צווינגט דיך צו גיין א מייל, גיי מיט אים צוויי.
42 Give to whoever asks you, and don't turn away whoever wants to borrow from you. גיב צו דעם, וואס בעט ביי דיר, און פון דעם, וואס וויל ביי דיר בארגן, דריי דיך נישט אוועק.
43 "You have heard that it was said, 'You will love your neighbor and hate your enemy.' איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, און האסן דיין שונא;
44 But I tell you, love your enemies and pray for those who persecute you, איך אבער זאג אייך: האט ליב אייערע שונאים, און זייט מתפלל פאר די, וואס פארפאלגן אייך;
45 so you may become children of your Father in heaven, because he makes his sun rise on evil and good and sends rain on just and unjust. כדי איר זאלט זיין קינדער פון אייער פאטער, וואס איז אין הימל. ווייל ער לאזט זיין זון שיינען אויף בייזע און אויף גוטע, און לאזט רעגענען אויף צדיקים און אויף רשעים.
46 If you love those who love you, what reward is that? Don't even tax collectors do the same? מחמת אויב איר וועט ליב האבן די, וואס האבן אייך ליב, וואס פאר א שכר האט איר? צי טאן דען די שטייער אויפמאנער נישט דאס זעלביקע?
47 If you greet only your brothers, what more do you do than others? Don't even the Gentiles do that? און אויב איר גיט אפ שלום נאר אייערע ברידער אליין, וואס טוט איר דא מער? צי טאן דען די אומות (העולם) נישט אויך דאס זעלביקע?
48 Be perfect, therefore, as your heavenly Father is perfect." דעריבער זאלט איר זיין פולקום, ווי אייער הימלישער פאטער איז פולקום.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]