Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 7 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 "Do not judge, so that you may not be judged. משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן.
2 For you'll be judged by the judgment you use, and measured by the measure you give. מחמת מיט וואס פאר א משפט איר אורטיילט, וועט איר געמשפט ווערן, און מיט וועלכער מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן.
3 Why look at the speck in your brother's eye but miss the log in your own? און וואס זעסטו דאס שפענדל אין דיין ברודערס אויג, אבער דעם קלאץ, וואס איז אין דיין אויג, באמערקסטו נישט?
4 Or how can you tell your brother, 'Let me remove the speck from your eye,' when a log is in yours? אדער ווי אזוי קענסטו זאגן צו דיין ברודער: לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל פון דיין אויג; און זע, דער קלאץ איז אין דיין אויג?
5 Hypocrite, first remove the log from your own eye; then you'll see clearly to remove the speck from your brother's eye. דו צבועק, ווארף צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג; און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל פון דיין ברודערס אויג.
6 "Don't give dogs what is holy, or throw your pearls before pigs—they'll trample them underfoot, then turn and tear you apart. גיט נישט דאס הייליקע צו די הינט, און ווארפט נישט אייערע פערל פאר די חזירים, טאמער וועלן זיי זיי צעטרעטן מיט זייערע פיס, און אומקערנדיק זיך אייך צערייסן.
7 "Ask, and you'll receive it; seek, and you'll find; knock, and it'll open for you. בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן!
8 For everyone who asks receives, whoever seeks finds, and whoever knocks, it will be opened. מחמת יעדער, וואס בעט, באקומט; און דער, וואס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן.
9 Or what person among you, if his son asks him for bread, will give him a stone? אדער וועלכער מענטש צווישן אייך איז עס, וואס, אויב זיין זון זאל אים בעטן ברויט, וועט ער אים געבן א שטיין?
10 Or if he asks for a fish, will give him a snake? אדער אויב ער זאל בעטן א פיש, וועט ער דען אים געבן א שלאנג?
11 So if you, being evil, know how to give your children good gifts, how much more will your Father in heaven give good things to those who ask him? אויב דעריבער איר, זייענדיק שלעכט, ווייסט צו געבן גוטע גאב צו אייערע קינדער, וויפל מער וועט אייער פאטער, וואס איז אין הימל, געבן גוטס צו די, וואס בעטן אים?
12 "So in everything, treat people the way you want them to treat you; for this is the Law and the Prophets. דעריבער אלץ, וואס איר ווילט, אז די מענטשן זאלן אייך טאן, טוט אויך אזוי פאר זיי; מחמת דאס דאזיקע איז די תורה און די נביאים.
13 "Enter through the narrow gate, for the gate is wide, the road broad, leading to destruction, and many enter through it. גייט אריין דורך דעם ענגן טויער; ווייל געראם איז דאס טויער, און אויסגעברייטערט דער וועג, וואס פירט צו פארדארבונג, און א סך זענען עס, וואס גייען אריין דורך דעם דאזיקן.
14 But the gate is narrow, the road narrow, that leads to life; few find it. ווי ענג איז אבער דאס טויער, און שמאל דער וועג, וואס פירט צום לעבן, און ווייניק זענען די, וואס געפינען אים.
15 "Beware false prophets: they come to you in sheep's clothing but are ravenous wolves inside. היט זיך פאר די פאלשע נביאים, וואס קומען צו אייך אין קליידער פון שאף, אינעווייניק אבער זענען זיי פארצוקנדיקע וועלף.
16 By their fruit you will recognize them. Are grapes gathered from thornbushes, or figs from thistles? פון זייערע פירות זאלט איר זיי דערקענען. צי קלויבט מען דען וויינטרויבן פון דערנער, אדער פייגן פון שטעכלקעס?
17 In the same way, every good tree bears good fruit, but the bad tree bears bad fruit. אזוי טראגט יעדער גוטער בוים גוטע פירות; דער פארפוילטער בוים אבער גיט ארויס שלעכטע פירות.
18 A good tree cannot bear bad fruit, nor can a bad tree bear good fruit. א גוטער בוים קען נישט ברענגען קיין שלעכטע פירות, און א פארפוילטער בוים נישט ברענגען קיין גוטע פירות.
19 Every tree that does not bear good fruit is cut down and thrown into the fire. יעדער בוים, וואס גיט נישט ארויס קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין.
20 So then, by their fruit you will recognize them. דעריבער זאלט איר זיי דערקענען פון זייערע פירות.
21 "Not everyone who says to me, 'Lord, Lord,' will enter the kingdom of our Father, but the one who does the will of my Father in heaven. נישט יעדער איינער, וואס זאגט צו מיר, האר, האר, וועט אריינגיין אין מלכות השמים, נאר דער, וואס טוט דעם רצון פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
22 Many will say to me on that day, 'Lord, Lord, didn't we prophesy in your name, drive out demons in your name, do many miracles in your name?' א סך וועלן זאגן צו מיר אין יענעם טאג: האר, האר, צי האבן מיר דען נישט אין דיין נאמען נבואות געזאגט, און אין דיין נאמען ארויסגעטריבן בייזע גייסטער, און אין דיין נאמען געטאן א סך וואונדער?
23 Then I will tell them plainly: 'I never knew you; get away from me, you lawbreakers.' און דעמאלט וועל איך מודה זיין פאר זיי: איך האב אייך קיינמאל נישט געקענט; אוועק פון מיר, איר, וואס טוט רשעות.
24 "So anyone who hears these words of mine and does them will be like a wise man whose house was built on the rock. דעריבער יעדער איינער, וואס הערט די דאזיקע ווערטער מיינע, און טוט זיי, וועט זיין געגליכן צו א מאן א חכם, וואס האט געבויט זיין הויז אויף דעם פעלדזן.
25 Rain fell, floods came, winds blew and beat against that house, but it didn't fall, because it was founded on rock. און דער פלאצרעגן איז געפאלן, און די וואסער שטורמען זענען געקומען, און די ווינטן האבן געבלאזן, און האבן אנגעגריפן יענע הויז; און עס איז נישט איינגעפאלן; מחמת עס איז געווען געגרינדעט אויף דעם פעלדזן.
26 And everyone who hears these words of mine and doesn't do them is like a foolish man who built his house on sand. און יעדער איינער, וואס הערט די דאזיקע ווערטער מיינע, און טוט זיי נישט, וועט זיין געגליכן צו א מאן א נאר, וואס האט געבויט זיין הויז אויפן זאמד.
27 The rain fell, floods came, winds blew and hit that house, and it fell—and its fall was great." און דער פלאצרעגן איז געפאלן, און די וואסער שטורמען זענען געקומען, און די ווינטן האבן געבלאזן, און האבן געשטויסן אויף יענעם הויז; און עס איז איינגעפאלן, און דער צואמענברוך דערפון איז געווען גרויס.
28 When Jesus had finished saying these words, the crowds were astonished at his teaching, און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט די דאזיקע ווערטער, האבן די המונים מענטשן געשטוינט איבער זיין לערנונג.
29 because he was teaching them as one who had authority, and not as their scribes. מחמת ער האט זיי געלערנט ווי איינער, וואס האט מאכט, און נישט ווי זייערע סופרים.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]