Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 3 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 In those days John the Baptist came, preaching in the wilderness of Judea, אין יענע טעג קומט יוחנן פון דער (ירדן) מקווה, און רופט אויס אין דער מדבר פון יהודה, אזוי צו זאגן:
2 "Repent, for the kingdom of our Father has come near." טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט.
3 This is the one Isaiah the prophet spoke of, saying: "A voice calling out in the wilderness: Prepare the way of the Lord, make his paths straight." מחמת דאס איז ער, פון וועמען עס איז גערעדט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן: א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: מאכט גרייט דעם וועג פון דעם האר (ג‑ט), מאכט גלייך זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)
4 John wore clothes of camel hair, with a leather belt around his waist; his food was locusts and wild honey. און יוחנן אליין האט געהאט א מלבוש פון קעמל האר, און א לעדערנער גארטל ארום זיינע לענדן; און זיין שפייז איז געווען היישעריקן און ווילדער האניק.
5 Then Jerusalem and all Judea and all the region around the Jordan went out to him, דעמאלט איז צו אים ארויסגעגאנגען ירושלים, און גאנץ יהודה, און די גאנצע אומגעגנט פון ירדן;
6 and they were baptized by him in the Jordan River, confessing their sins. און האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, מתוודה זייענדיק זיך אויף זייערע זינד.
7 Seeing many Pharisees and Sadducees coming to be baptized, he said to them, "You brood of vipers! Who warned you to flee the coming wrath? ווען אבער ער האט געזען א סך פון די פרושים און פון די צדוקים קומען צו דער מקווה, האט ער צו זיי געזאגט: איר שלאנגענקינדער, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין, אז איר זאלט אנטלויפן פון דעם קומענדיקן גרימצארן?
8 Bear fruit, then, worthy of repentance. ברענגט דעריבער פרוכט, וואס איז ראוי ביי תשובה!
9 Don't presume to say to yourselves, 'Abraham is our father,' for I tell you: our Father can raise up children for Abraham from these stones. און זאל אייך נישט קומען אויף די געדאנקען צו זאגן: מיר האבן אברהם ווי אונדזער פאטער (זכות‑אבות); מחמת איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח פון די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען.
10 The axe already lies at the root of the trees, so every tree not bearing good fruit is cut down and thrown into the fire. און די האק ליגט שוין ביים שורש פון די ביימער; דעריבער יעדער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין.
11 "I baptize you with water for repentance, but the one coming after me is stronger than I am—I'm not worthy to carry his sandals. He will baptize you with the Holy Spirit and fire. איך טובל אייך אין א מקווה מיט וואסער צו תשובה; אבער דער, וואס קומט נאך מיר, איז שטארקער פון מיר, וואס איך בין נישט ווערט צו טראגן זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער.
12 His winnowing fork is in his hand; he'll clear his threshing floor, gather his wheat into the barn, but burn the chaff with fire that never goes out." זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, און ער וועט גוט אויסרייניקן זיין דרעשעריי; און ער וועט איינזאמלען זיין ווייץ אין שייער אריין, אבער די פלעווע וועט ער פארברענען אין פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס.
13 Then Jesus came from Galilee to the Jordan to John, to be baptized by him. דעמאלט קומט יהושע/ישוע פון גליל צום ירדן צו יוחנן, כדי מקווה געטובלט צו ווערן אין א מקווה פון אים.
14 But John tried to stop him: "I need baptism from you, yet you come to me?" ער אבער האט עס אים פארווערט, זאגנדיק: איך האב נייטיק פון דיר געטובלט צו ווערן אין א מקווה, און דו קומסט צו מיר?
15 Jesus replied to him, "Allow it now, for this is how we must fulfill all righteousness." So John allowed him. נאר יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: לאז עס איצט צו; מחמת אזוי געשיקט זיך פאר אונדז מקיים צו זיין יעדע גערעכטיקייט. דעמאלט האט ער אים געלאזט.
16 After Jesus was baptized, he came up out of the water at once, and suddenly the heavens opened to him; he saw the Spirit of our Father coming down like a dove and settling on him. ווי יהושע/ישוע איז געטובלט געווארן אין א מקווה, איז ער באלד ארויסגעשטיגן פון וואסער; און זע, די הימלען האבן זיך אויפגעעפנט, און ער האט געזען ה׳ס גייסט אראפנידערן ווי א טויב, און קומען אויף אים;
17 Then a voice from heaven said, "This is my Son, the one I love; I delight in him." און זע, א קול פון הימל האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן!
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]