Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 2 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 After Jesus was born in Bethlehem, Judea, in the days of King Herod, magi from the east arrived in Jerusalem, און ווען יהושע/ישוע איז געבוירן געווארן אין בית‑לחם יהודה, אין די טעג פון קעניג הורדוס, זע, שטערנזעער פונם מזרח זענען אנגעקומען קיין ירושלים,
2 saying, "Where is the one born king of the Jews? For we saw his star in the east and have come to worship him." און האבן געזאגט: וואו איז ער, וואס איז געבוירן געווארן, דער מלך פון די יידן? מחמת מיר האבן געזען זיין שטערן אויפן מזרח, און זענען געקומען, זיך צו בוקן צו אים.
3 When Herod the king heard this, he was troubled, and all Jerusalem with him. און ווי דער קעניג הורדוס האט דאס געהערט, האט ער זיך דערשראקן און גאנץ ירושלים מיט אים.
4 He gathered all the people's chief priests and scribes, asking where the Christ was to be born. און איינזאמלענדיק אלע הויפט כהנים און סופרים פונם פאלק, האט ער זיי געפרעגט, וואו דער משיח דארף געבוירן ווערן.
5 They told him, "In Bethlehem of Judea, for this is what was written through the prophet: און זיי האבן צו אים געזאגט: אין בית‑לחם יהודה; מחמת אזוי איז געשריבן געווארן דורך דעם נביא.
6 'Yet you, Bethlehem, in Judah's land, are certainly not the least among Judah's rulers; for from you a ruler will emerge who will shepherd Israel, my people.'" און דו בית‑לחם, לאנד יהודה, ביסט בשום אופן נישט דאס קלענסטע צווישן די פרינצן פון יהודה; מחמת פון דיר וועט ארויסקומען א מושל, וואס וועט פיטערן מיין פאלק ישראל! (מיכה ה, ב.)
7 Then Herod secretly summoned the magi and learned from them the exact time the star had appeared. דערנאך האט הורדוס שטילערהייט גערופן די שטערנזעער, און גרינטלעך אויסגעפארשט ביי זיי די צייט, ווען דער שטערן האט זיך באוויזן.
8 He sent them to Bethlehem, saying, "Go, search carefully for the child. When you find him, come back and tell me, so that I too may go and worship him." און ער האט זיי געשיקט קיין בית‑לחם, און געזאגט: גייט און פארשט נאך גענוי וועגן דעם קינד; און ווען איר וועט עס געפינען, דערציילט מיר, כדי איך זאל אויך קומען און מיך בוקן צו אים.
9 After hearing the king, they set out; the star they had seen in the east went ahead of them until it stopped over where the child was. און זיי, האבנדיק געהערט דעם קעניג, האבן זיך געווענדט אויף זייער וועג; און זע, דער שטערן, וועלכן זיי האבן געזען אויפן מזרח, איז געגאנגען פאר זיי, ביז ער איז געקומען און זיך געשטעלט איבער דעם ארט, וואו דאס קינד איז געווען.
10 When they saw the star, they rejoiced with overwhelming joy. און זעענדיק דעם שטערן, האבן זיי זיך געפריידט מיט א זייער גרויסער שמחה.
11 Entering the house, they saw the child with Mary his mother, fell down and worshiped him. They opened their treasure boxes and gave him gifts: gold, frankincense, and myrrh. און זענען אריינגעגאנגען אין הויז און האבן געזען דאס קינד מיט מרים, זיין מוטער; און זענען אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט צו אים; און האבן אויפגעעפנט זייערע אוצרות און אים געברענגט מתנות, גאלד און וויירויך און מירע.
12 Warned in a dream not to return to Herod, they went back to their own country by a different route. און ווערנדיק געווארנט אין א חלום, זיך נישט אומצוקערן צו הורדוסן, זענען זיי אוועק אויף אן אנדערן וועג אין זייער אייגן לאנד אריין.
13 After they left, an angel of our Father appeared to Joseph in a dream: "Get up, take the child and his mother, flee to Egypt, and stay until I tell you—Herod is about to search for the child to kill him." און נאך זייער אוועקגיין, זע, א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) באווייזט זיך צו יוספן אין א חלום, אזוי צו זאגן: שטיי אויף און נעם דאס קינד און זיין מוטער, און אנטלויף קיין מצרים, און זיי דארטן, ביז איך וועל דיר זאגן; מחמת הורדוס וועט זוכן דאס קינד, כדי עס אומצוברענגען.
14 And he got up and took the child and his mother by night and left for Egypt, און ער איז אויפגעשטאנען און האט גענומען דאס קינד און זיין מוטער ביינאכט, און איז אוועק קיין מצרים.
15 and stayed there until Herod died, fulfilling what our Father said through the prophet: "Out of Egypt I called my son." און איז דארט געווען ביז הורדוס איז געשטארבן, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן פון דעם האר דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן: פון מצרים האב איך גערופן מיין זון. (הושע יא, א.)
16 Then Herod, seeing the magi had outwitted him, grew furious and sent men to kill all boys two years old and under in Bethlehem and its whole region, matching the time he'd learned from the magi. דעמאלט האט הורדוס געזען, אז ער איז געווארן אפגעשפאט פון די שטערנזעער, איז ער געווארן שרעקלעך צארנדיק, און האט געשיקט, און געלאזט טייטן אלע יינגלעך, וואס זענען געווען אין בית‑לחם און אין אלע אירע געגנטן, פון צוויי יאר און יונגער, לויט דער צייט, וואס ער האט גענוי אויסגעפונען פון די שטערנזעער.
17 This fulfilled what was spoken through Jeremiah the prophet: דעמאלט איז דערפילט געווארן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ירמיהו הנביא, אזוי צו זאגן:
18 "A voice was heard in Ramah, weeping and loud mourning, Rachel weeping for her children; she refused to be comforted, because they are no more." א קול איז געהערט געווארן אין רמה, א געוויין און ביטער באקלאגן, רחל באוויינט אירע קינדער; און וויל נישט געטרייסט ווערן, ווייל זיי זענען מער נישט פאראן. (ירמיהו לא, טו.)
19 But when Herod died, an angel of our Father appeared in a dream to Joseph in Egypt, ווען אבער הורדוס איז שוין געווען טויט, זע, א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) באווייזט זיך אין א חלום צו יוספן אין מצרים,
20 saying, "Get up, take the child and his mother, go to Israel's land, for those seeking the child's life are dead." און זאגט: שטיי אויף און נעם דאס קינד און זיין מוטער, און גיי קיין ארץ ישראל; מחמת עס זענען שוין געשטארבן די, וואס האבן געזוכט דאס לעבן פון דעם קינד.
21 So he got up, took the child and his mother, and went to Israel's land. און ער איז אויפגעשטאנען און האט גענומען דאס קינד און זיין מוטער, און איז געקומען קיין ארץ ישראל.
22 Hearing that Archelaus was ruling Judea in place of his father Herod, he was afraid to go there. Warned in a dream, he withdrew to the region of Galilee. נאר הערנדיק, אז ארכעלאוס קעניגט איבער יהודה אויפן ארט פון זיין פאטער הורדוס, האט ער זיך געפארכטן דארט אהינצוגיין; און נאך דעם ווי ער איז געווארנט געווארן אין א חלום, איז ער אוועק אין די מקומות פון גליל,
23 He went and lived in a town called Nazareth, fulfilling the prophets' words: "He will be called a Nazarene." און איז געקומען און האט געוואוינט אין א שטאט, וואס מען רופט זי נצרת, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך די נביאים, אז ער וועט גערופן ווערן נצר. (ישעיהו יא, א.)
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]