Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 14 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 At that time Herod the tetrarch heard the reports about Jesus. אין יענער צייט האט הורדוס דער טעטרארך געהערט פון ישועס שם,
2 He told his attendants, "This is John the Baptist, raised from the dead—that's why these powers are at work in him." און האט געזאגט צו זיינע דינער: דאס איז יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; און דערפאר ווירקן אזוי די כוחות אין אים.
3 For Herod had arrested John, chained him, and locked him in prison over Herodias, his brother Philip's wife, מחמת הורדוס האט דעם יוחנן געפאנגען גענומען, און אים געבונדן, און איינגעזעצט אין תפיסה, צוליב הורודיה, דאס ווייב פון זיין ברודער פיליפוס.
4 because John had been telling him, "It is not lawful for you to have her." מחמת יוחנן האט צו אים געזאגט: דו טארסט זי נישט האבן.
5 Herod wanted to kill him but feared the crowd, since they held John as a prophet. און ער האט אים געוואלט טייטן, און האט זיך געפארכטן פאר דעם המון, ווייל מען האט אים געהאלטן פאר א נביא.
6 But when Herod's birthday came, the daughter of Herodias danced before them and pleased Herod, נאר ווען מען האט געפייערט הורדוסנס געבוירנטאג, האט הורודיהס טאכטער געטאנצט פאר די געסט און איז הורדוסן וואוילגעפעלן.
7 so he promised with an oath to give her whatever she asked. דערפאר האט ער צוגעזאגט מיט א שבועה, איר צו געבן, וואס זי וועט פארלאנגען.
8 Prompted by her mother, she said, "Give me John the Baptist's head here, on a platter." און ווייל זי איז געווען פון פריער אנגערעדט פון איר מוטער, האט זי געזאגט: גיב מיר דא אויף א טעלער יוחנן פון דער (ירדן) מיקווהס קאפ.
9 The king was grieved, but because of his oaths and his dinner guests, he gave the order, און דער קעניג איז טרויעריק געווארן; נאר צוליב די שבועות און די געסט, האט ער באפוילן עס זאל געגעבן ווערן.
10 and he sent and had John beheaded in the prison. און ער האט געשיקט, און געלאזט יוחנן אפהאקן דעם קאפ אין תפיסה.
11 His head was brought on a platter, given to the girl, who brought it to her mother. און זיין קאפ איז געברענגט געווארן אויף א טעלער, און געגעבן געווארן דעם מיידל, און זי האט אים געברענגט צו איר מוטער.
12 Then John's disciples came, took the body, and buried it; and they went and told Jesus. און זיינע תלמידים זענען געקומען, און האבן גענומען דעם גוף, און אים קובר געווען; און זענען געגאנגען און האבן עס דערציילט יהושען/ישוען.
13 Hearing this, Jesus withdrew by boat to a remote place alone. But the crowds heard and followed him on foot from the towns. און ווי יהושע/ישוע האט דאס געהערט, איז ער פון דארטן אוועק אין א שיפל, אויף א מדבריותדיק ארט איינער אליין. און ווען די המונים מענטשן האבן עס געהערט, האבן זיי אים נאכגעפאלגט צופוס פון די שטעט.
14 When he went ashore, he saw a big crowd, felt compassion for them, and healed their sick. און ער איז ארויסגעקומען, און האט געזען א גרויסן המון מענטשן, און זיך דערבארעמט אויף זיי און געהיילט זייערע קראנקע.
15 When evening came, the disciples said to him, "This is an isolated place, and the hour is already late. Send the crowds away to go into the villages and buy themselves food." און אנטקעגן אוונט זענען די תלמידים געקומען צו אים, און האבן געזאגט; דאס איז א וויסט ארט, און די שעה איז שוין פארביי; לאז דעריבער אפ די מאסן מענטשן, כדי זיי זאלן גיין אין די דערפער אריין, און זיך קויפן שפייז.
16 But Jesus told them, "They don't need to leave. You feed them." יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: זיי האבן נישט נייטיק אוועקצוגיין; גיט איר זיי צו עסן!
17 They said to him, "We have nothing here but five loaves and two fish." זאגן זיי צו אים: מיר האבן דא גארנישט אחוץ פינף לעבלעך ברויט, און צוויי פיש.
18 He said, "Bring them here to me." און ער האט געזאגט: ברענגט זיי אהער צו מיר.
19 He told the crowds to sit on the grass. Taking the five loaves and two fish, he looked up to heaven, gave thanks, broke the loaves, and gave them to the disciples, who gave them to the crowds. און ער האט באפוילן די המונים מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויפן גראז; און האט גענומען די פינף לעבלעך ברויט, און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל און געמאכט א ברכה, און האט צעבראכן און געגעבן די תלמידים די ברויטן, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן.
20 They all ate and were satisfied, and they picked up twelve baskets full of the leftover pieces. און אלע האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן, און זיי האבן אויפגעהויבן, וואס איז איבערגעבליבן פון די ברעקלעך, צוועלף קערב פול.
21 Those who ate were about 5,000 men, besides women and children. און די, וואס האבן געגעסן, זענען געווען אן ערך פינף טויזנט מענער, אחוץ פרויען און קינדער.
22 Immediately he made the disciples board the boat and go ahead of him to the other side, while he sent the crowds away. און ער האט גלייך געצוואונגען די תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פאר אים אויף יענער זייט ים, ביז ער וועט אפלאזן די המונים מענטשן.
23 After sending the crowds away, he went up the mountain privately to pray. When evening came, he was there alone. און ווען ער האט געהאט אוועקגעשיקט די מאסן, איז ער ארויפגעגאנגען אויפן בארג, כדי אליין תפילה צו טאן; און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער דארטן געווען איינער אליין.
24 The boat was already far from land, battered by waves, the wind against them. דאס שיפל אבער איז שוין געווען א סך מיילן פון דער יבשה, הארט געשטויסן פון די כוואליעס; מחמת דער ווינט איז געווען אנטקייגן.
25 About three o'clock in the morning he came to them, walking on the sea. און אין דעם פערטן משמר פון דער נאכט איז ער געקומען צו זיי, גייענדיק אויפן ים.
26 Seeing him walking on the sea, the disciples were terrified, saying, "A ghost!" and cried out in fear. און ווי די תלמידים האבן אים דערזען ארומגיין אויפן ים, האבן זיי זיך דערשראקן, און געזאגט: עס איז א געשפענסט! און האבן געשריגן אויס מורא.
27 But Jesus spoke to them at once: "Take courage! It is I; do not be afraid." יהושע/ישוע אבער האט גלייך צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: זייט געטרייסט! איך בין עס; האט נישט קיין מורא!
28 Peter answered him, "Lord, if it is you, command me to come to you on the water." פעטרוס אבער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: האר, אויב דו ביסט עס, באפעל מיך קומען צו דיר אויפן וואסער!
29 He said, "Come." Peter got out of the boat, walked on water, and went toward Jesus. און ער האט געזאגט: קום! און פעטרוס איז אראפגעגאנגען פון שיפל, און איז געגאנגען אויפן וואסער, און געקומען צו יהושען/ישוען.
30 But seeing the strong wind, he was afraid, and beginning to sink, he cried out, "Lord, save me!" און ווי ער האט געזען דעם שטארקן ווינט, האט ער זיך דערשראקן, און אנהויבנדיק זיך צו טרענקען, האט ער א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: האר, ראטעווע מיך!
31 Jesus immediately reached out his hand, caught him, and said, "You of little faith, why did you doubt?" און יהושע/ישוע האט גלייך אויסגעשטרעקט זיין האנט, האט אים אנגעכאפט, און זאגט צו אים: דו קליינגלויביקער, פארוואס האסטו געצווייפלט?
32 And when they got into the boat, the wind died down. און ווען זיי זענען איינגעשטיגן אין שיפל, האט דער ווינט אויפגעהערט.
33 Then those in the boat worshiped him, saying, "Truly you are the Son of our Father." און די, וואס זענען געווען אין שיפל, האבן זיך געבוקט צו אים, און געזאגט: דו ביסט באמת ה׳ס זון!
34 When they had crossed over, they came to land at Gennesaret. און זיי זענען אריבערגעפארן, און זענען געקומען צום לאנד גניסרת.
35 When the men of that place recognized him, they sent word through that whole region and brought him all who were sick. און ווי די לייט פון יענעם ארט האבן אים דערקענט, האבן זיי געשיקט אין יענער גאנצער געגנט ארום, און געברענגט צו אים אלע קראנקע;
36 They begged him to let them just touch the fringe of his robe, and all who touched it were healed. און האבן אים געבעטן, אז זיי זאלן בלויז אנרירן די זוים פון זיין מלבוש; און אלע, וואס האבן אנגערירט, זענען גאנץ געזונט געווארן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]