Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 13 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 On that day Jesus went out of the house and sat down beside the sea. אין יענעם טאג איז יהושע/ישוע ארויסגעגאנגען פון הויז, און האט זיך אנידערגעזעצט ביים ים.
2 Large crowds gathered around him, so he got in a boat and sat, while the whole crowd stood on the shore. און גרויסע המונים מענטשן האבן זיך פארזאמלט צו אים, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און האט זיך אנידערגעזעצט; און די גאנצע מאסע מענטשן איז געשטאנען ביים ברעג.
3 And he told them many things in parables, saying: "Look, a sower went out to sow. און ער האט גערעדט צו זיי א סך זאכן מיט משלים, אזוי צו זאגן: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו זייען;
4 And as he sowed, some seed fell along the path, and the birds came and devoured it. און בשעת ער האט געזייט, איז אביסל (פון דער זריעה) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן עס איינגעשלונגען.
5 Other seed fell on rocky ground with little soil, and sprang up quickly since the soil lacked depth. אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף שטייניקע ערטער, וואו עס האט נישט געהאט קיין סך ערד; און עס האט באלד ארויסגעשפראצט, דערפאר וואס עס האט נישט געהאט קיין טיפע ערד;
6 When the sun rose, the plants were scorched; since they had no root, they withered. ווען אבער די זון איז אויפגעגאנגען, איז עס פארוועלקט געווארן, און צוליב דעם וואס עס האט נישט געהאט קיין ווארצל, איז עס פארדארט געווארן.
7 Other seed fell among thorns, and the thorns grew up and choked it. און אן אנדער ביסל איז געפאלן צווישן די דערנער; און די דערנער זענען אויפגעוואקסן, און האבן עס דערשטיקט.
8 Other seed fell on good soil, producing grain: some a hundredfold, some sixty, some thirty. אן אנדער ביסל איז אבער געפאלן אויף דער גוטער ערד, און עס האט געברענגט פרוכט, איינס הונדערטפאכיק, איינס זעכציקפאכיק, און איינס דרייסיקפאכיק.
9 Whoever has ears, let them hear." ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן!
10 Then the disciples came to him and asked, "Why do you speak to them in parables?" און די תלמידים זענען צוגעקומען, און האבן געזאגט צו אים: פארוואס רעדסטו צו זיי אין משלים?
11 He said, "You've been given to know the secrets of the kingdom of our Father; they have not. און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם מלכות השמים, צו יענע אבער איז עס נישט געגעבן געווארן.
12 Whoever has will be given more and have plenty; whoever has none loses even what he has. מחמת ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; ווער אבער עס האט נישט, פון דעם וועט אויך אוועקגענומען ווערן, וואס ער האט יא.
13 This is why I speak to them in parables: they look but don't see; they listen but don't hear or understand. דערפאר רעד איך צו זיי אין משלים; ווייל זיי קוקן און זען דאך נישט, און הערן און הערן דאך נישט, און פארשטייען אויך נישט.
14 In them Isaiah's prophecy is fulfilled: 'You will hear and hear, yet never understand; you will see and see, yet never perceive.' און אויף זיי ווערט דערפילט ישעיהוס נבואה, וואס זאגט: מיט די אויערן וועט איר הערן, און נישט פארשטיין, און קוקנדיק וועט איר קוקן, און דאך נישט זען!
15 For this people's heart has grown calloused; they hardly hear with their ears, and they have closed their eyes—otherwise they might see with their eyes, hear with their ears, understand with their heart, and turn, and I would heal them.' מחמת פעט געווארן איז דאס הארץ פון דעם דאזיקן פאלק, און מיט די אויערן הערן זיי שווער, און זייערע אויגן האבן זיי צוגעמאכט; טאמער וואלטן זיי געזען מיט די אויגן, און מיט די אויערן געהערט, און מיטן הארצן פארשטאנען, און זיך אומגעקערט, און איך וואלט זיי געהיילט. (ישעיהו ו, ט-י.)
16 But blessed are your eyes, for they see, and your ears, for they hear. אבער וואויל איז אייערע אויגן, ווייל זיי זען; און אייערע אויערן, ווייל זיי הערן.
17 I assure you: many prophets and righteous people longed to see what you see, and didn't; to hear what you hear, and didn't. מחמת באמת זאג איך אייך, אז א סך נביאים און צדיקים האבן געגארט צו זען, וואס איר זעט, און האבן עס נישט געזען; און צו הערן, וואס איר הערט, און האבן עס נישט געהערט.
18 Listen, then, to the parable of the sower. דעריבער זאלט איר הערן דאס משל פון דעם זייער.
19 Everyone who hears the kingdom's word and doesn't grasp it—the evil one comes and snatches what was sown in his heart. This is the seed sown beside the path. ווען עמיצער הערט דאס ווארט פון דעם מלכות, און פארשטייט עס נישט, קומט דער נישט גוטער און רייסט אויס דאס, וואס איז געזייט געווארן אין זיין הארצן. דאס איז דער, וואס איז געזייט געווארן ביים וועג.
20 Seed sown on rocky ground is the one who hears the word, immediately receiving it with joy, און דער, וואס איז געזייט געווארן אויף שטייניקע ערטער, דאס איז דער, וואס הערט דאס ווארט, און נעמט עס גלייך אויף מיט שמחה;
21 but having no root in themselves, they don't last; when trouble or persecution comes because of the word, they quickly fall away. ער האט אבער נישט קיין שורש אין זיך, נאר איז לפי שעה. און קומט א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלט ער באלד.
22 The one sown among thorns hears the word, but worry over this age and wealth's deceit choke it, making it unproductive. און דער, וואס איז געזייט צווישן די דערנער, דאס איז דער, וואס הערט דאס ווארט, און די זארג פון דער וועלט, און די פארפירערישקייט פון עשירות דערשטיקט דאס ווארט, און עס בלייבט אָן פירות.
23 But the seed sown on good soil hears the word and understands it. It bears fruit—100, sixty, or thirty times what was sown." דער אבער, וואס איז געזייט אויף דער גוטער ערד, דאס איז דער וואס הערט דאס ווארט, און פארשטייט עס; ער ברענגט שוין יא פירות, און איינער ברענגט הונדערטפאכיק, און איינער זעכציקפאכיק, און איינער דרייסיק.
24 He gave them another parable: "The kingdom of our Father is like a man who sowed good seed in his field. אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געזייט גוטן זאמען אין זיין פעלד.
25 But while everyone slept, his enemy came, sowed weeds among the wheat, and left. און בשעת די לייט זענען געשלאפן, איז געקומען זיין שונא און האט פארזייט אומקרויט צווישן דעם ווייץ, און איז אוועקגעגאנגען.
26 When the wheat sprouted and produced grain, then the weeds appeared as well. און ווען דאס גראז האט אויפגעשפראצט, און געברענגט פרוכט, האט זיך דעמאלט אויך דאס אומקרויט באוויזן.
27 The owner's servants came saying, 'Master, didn't you sow good seed in your field? Where then did the weeds come from?' און די קנעכט פון דעם בעל הבית זענען צוגעגאנגען און האבן געזאגט צו אים: האר, צי האסטו דען נישט געזייט גוטע זריעה אין דיין פעלד? פונוואנען זשע האט עס אומקרויט?
28 'An enemy did this,' he replied. 'So do you want us to go pull them up?' the servants asked him. ער אבער האט צו זיי געזאגט: דאס האט א מענטש, א שונא, געטאן! זאגן די קנעכט צו אים: צי ווילסטו זשע אז מיר זאלן גיין און עס אויסרייסן?
29 'No,' he said, 'because while you are pulling the weeds, you may uproot the wheat with them. זאגט ער: ניין, טאמער, אויסרייסנדיק דאס אומקרויט, וועט איר צוגלייך דערמיט אויך אויסווארצלען דעם ווייץ.
30 Let both grow together until harvest. At harvest time I'll tell the reapers: Gather the weeds first, bind them in bundles to burn; then gather the wheat into my barn.'" לאזט ביידע וואקסן צוזאמען ביז צום שניט, און אין דער צייט פון שניט וועל איך זאגן צו די שניטער: רייסט צום ערשט אויס דאס אומקרויט, און בינדט עס אין בינטלעך, כדי מען זאל עס פארברענען; דעם ווייץ אבער זאמלט איין אין מיין שייער אריין.
31 He told them another parable: "The kingdom of our Father is like a mustard seed a man took and planted in his field. אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א זענעפט קערנדל, וואס א מענטש האט גענומען, און געזייט אין זיין פעלד.
32 Though the smallest of all seeds, when grown it becomes the largest of garden plants, a tree where birds come to nest in its branches." דאס איז דאס קלענסטע פון אלע זריעות; נאר ווען עס וואקסט אויף, איז עס גרעסער ווי אלע קרייטעכצער, און עס ווערט א בוים, אז די פייגל פון הימל קומען און מאכן זיך נעסטן אין זיינע צווייגן.
33 He gave them another parable: "The kingdom of our Father is like yeast a woman took and mixed into about twenty-five pounds of flour, until it spread through all the dough." אן אנדער משל האט ער צו זיי געזאגט: דאס מלכות השמים איז גלייך צו זויערטייג, וואס א פרוי האט גענומען, און באהאלטן אין דריי מאס זעמל מעל, ביז עס וועט אינגאנגצן דורכגעזויערט ווערן.
34 Jesus said all these things to the crowds in parables; he said nothing to them without a parable. דאס אלץ האט יהושע/ישוע גערעדט צו די המונים מענטשן אין משלים; און אָן א משל האט ער צו זיי גארנישט גערעדט,
35 This fulfilled what was spoken through the prophet: "I will open my mouth in parables; I will utter what's been hidden since the world was founded." כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן: איך וועל אויפעפענען מיין מויל אין משלים; איך וועל ארויסרעדן רעטענישן פון פארצייטנס. (תהלים עח, ב.)
36 Then he left the crowds and entered the house. His disciples approached him and said, "Explain to us the parable of the weeds in the field." דעמאלט האט ער אוועקגעשיקט די המונים מענטשן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז. און זיינע תלמידים זענען געקומען צו אים, און האבן געזאגט: באשייד אונדז דאס משל פון דעם אומקרויט פון פעלד.
37 He answered, "The one who sowed the good seed is the Son of Man. און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: דער, וואס זייט דעם גוטן זאמען, איז דער בר אנש;
38 The field is the world. The good seed is the kingdom's children; the weeds are the evil one's children. און דאס פעלד איז די וועלט; און דער גוטער זאמען, דאס זענען די קינדער פון דעם מלכות; דאס אומקרויט אבער זענען די קינדער פון דעם נישט גוטן;
39 The enemy who sowed them is the devil; the harvest is the end of the age; the harvesters are angels. און דער שונא, וואס האט עס געזייט, איז דער שׂטן; און דער שניט איז דער קץ פון דער וועלט; און די שניטער זענען מלאכים.
40 As the weeds are gathered and burned in fire, so it will be at the end of the age. דעריבער ווי מען רייסט אויס דאס אומקרויט און מען פארברענט עס אין פייער, וועט עס אויך אזוי זיין ביים קץ פון דער וועלט.
41 The Son of Man will send his angels to weed out of his kingdom everything that causes sin and all who do evil. דער בר אנש וועט ארויסשיקן זיינע מלאכים, און זיי וועלן איינזאמלען פון זיין מלכות אלע מיכשולים און די, וואס טאן רשעות,
42 They will throw them into the blazing furnace, where there is weeping and grinding of teeth. און וועלן זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
43 Then the righteous will shine like the sun in their Father's kingdom. The one with ears should listen." דעמאלט וועלן די צדיקים לויכטן ווי די זון אין דעם קעניגרייך פון זייער פאטער. ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן.
44 The kingdom of our Father is like treasure hidden in a field. A man found it, hid it again, then joyfully sold all he had to buy that field. דאס מלכות השמים איז גלייך צו א פארבארגענעם אוצר אין א פעלד; וואס א מענטש האט געפונען, און פארבארגן; און פאר פרייד גייט ער און פארקויפט אלץ, וואס ער האט, און קויפט יענץ פעלד.
45 "Again, the kingdom of our Father is like a merchant searching for fine pearls. ווידער איז דאס מלכות השמים גלייך צו א סוחר, וואס זוכט שיינע פערל.
46 Finding one priceless pearl, he went and sold all he had and bought it. און ווען ער האט געפונען איינע, א זייער טייערע פערל, איז ער געגאנגען און פארקויפט אלץ, וואס ער האט געהאט, און האט זי געקויפט.
47 Again, our Father's kingdom is like a net cast into the lake, gathering fish of every kind. ווידער איז דאס מלכות השמים גלייך צו א נעץ, וואס איז אראפגעלאזט געווארן אין ים אריין, און וואס פאנגט פון אלע מינים.
48 When full, the fishermen pulled it ashore, sat down, and collected the good fish in baskets, throwing out the bad. וואס, ווען זי איז געווארן פול, האט מען זי ארויסגעצויגן אויפן ברעג, און מען האט זיך אנידערגעזעצט, און געזאמלט די גוטע מינים אין געפעסן אריין, די שלעכטע אבער האט מען אוועקגעווארפן.
49 So it will be at the age's end: angels will go out and separate the wicked from among the righteous, אָט אזוי וועט עס זיין ביים קץ פון דער וועלט. די מלאכים וועלן ארויסגיין, און וועלן אפשיידן די רשעים פון צווישן די צדיקים,
50 and throw them into the blazing furnace, where they will weep and grind their teeth." און זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
51 "Have you understood all these things?" "Yes," they replied. האט איר דאס אלץ פארשטאנען? זאגן זיי צו אים: יא!
52 He said to them, "Every teacher of the law trained for our Father's kingdom is like a homeowner who brings treasures new and old out of his storeroom." און ער האט צו זיי געזאגט: דערפאר איז יעדער איינער סופר, וואס איז געלערנט צום מלכות השמים, גלייך צו א מענטשן א בעל הבית, וואס ברענגט ארויס פון זיין אוצר נייע און אלטע זאכן.
53 When Jesus had finished these parables, he moved on from there. און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט די דאזיקע משלים, איז ער פון דארטן אוועק.
54 Returning to his hometown, he taught in their synagogue, and they were amazed: "Where does this man get this wisdom and these mighty works? און איז געקומען אין זיין לאנד אריין, און האט זיי געלערנט אין זייער שול, אז זיי האבן געשטוינט און געזאגט: פונוואנען האט ער די דאזיקע חכמה, און די וואונדער?
55 Isn't this the carpenter's son? Isn't his mother named Mary, and his brothers James, Joseph, Simon, and Judas? איז ער דען נישט דעם סטאליערס זון? הייסט דען נישט זיין מוטער מרים און זיינע ברידער יעקב און יוסף און שמעון און יהודה?
56 Aren't all his sisters here with us? Where then did this man get all these things?" און זענען דען נישט אלע זיינע שוועסטער ביי אונדז? פונוואנען זשע קומט צו אים דאס אלץ?
57 They took offense at him. But Jesus said to them, "A prophet is honored everywhere except in his hometown and in his own household." און זיי זענען ניכשל געווארן אין אים. יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: קיין נביא איז נישט אָן כבוד, אחוץ אין זיין פאטערלאנד, און אין זיין אייגן הויז!
58 He didn't do many miracles there because of their lack of faith. און ער האט דארטן נישט געטאן קיין סך וואונדער צוליב זייער אומגלויבן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]