Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 12 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 At that time Jesus went through the grainfields on the Sabbath. His disciples were hungry and began to pluck heads of grain and eat them. אין יענער צייט איז יהושע/ישוע א שבת געגאנגען דורך די קארנפעלדער; זיינע תלמידים אבער האט געהונגערט, און זיי האבן אנגעהויבן אפצורייסן זאנגען, און צו עסן.
2 Seeing this, the Pharisees said to him, "Look—your disciples are doing what's unlawful on the Sabbath." און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו אים: זע, דיינע תלמידים טאן, וואס מען טאר שבת נישט טאן!
3 He said to them, "Haven't you read what David did when he and his companions were hungry?" ער אבער האט צו זיי געזאגט: צי האט איר נישט געלייענט, וואס דוד האט געטאן, ווען עס האט אים געהונגערט און די, וואס זענען געווען מיט אים?
4 how he entered the house of our Father and ate the Presence bread, unlawful for him and his companions, reserved only for priests? ווי ער איז אריינגעגאנגען אין ה׳ס הויז, און זיי האבן געגעסן דאס לחם הפנים, וואס עס איז נישט געווען מותר פאר אים צו עסן, נישט פאר די, וואס זענען געווען מיט אים, אחוץ בלויז פאר די כהנים?
5 "Or haven't you read in the Law that on the Sabbath, priests in the temple break the Sabbath and are guiltless? אדער האט איר נישט געלייענט אין דער תורה, אז אלע שבת זענען די כהנים מחלל שבת אין בית המקדש, און פארזינדיקן זיך דאך נישט?
6 I tell you, something greater than the temple is here. איך זאג אייך אבער, אז דא איז דא איינער, וואס איז גרעסער ווי דאס בית המקדש!
7 If you knew what 'I want mercy, not sacrifice' means, you wouldn't have condemned the blameless. און אויב איר וואלט געוואוסט, וואס עס הייסט: איך באגער בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן, וואלט איר נישט פארמשפט די אומשולדיקע. (הושע ו׳ ו.)
8 For the Son of Man is Lord of the Sabbath." מחמת דער בר אנש איז האר איבער דעם שבת.
9 He went on from there and entered their synagogue. און ער איז אוועק פון דארטן, און איז געגאנגען אין זייער שול אריין.
10 A man with a withered hand was there. They asked him, "Is it lawful to heal on the Sabbath?"—hoping to accuse him. און זע, דארט איז געווען א מענטש מיט א פארדארטער האנט. און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: מעג מען שבת היילן? כדי זיי זאלן קענען אים באשולדיקן.
11 He said to them, "Who among you with a sheep, if it falls in a pit on the Sabbath, won't grab and pull it out? ער אבער האט צו זיי געזאגט: וועלכער איז דער מענטש צווישן אייך, וואס וועט האבן איין שאף, און אויב די דאזיקע וועט שבת אריינפאלן אין א גרוב, וועט ער זי דען נישט אנכאפן, און ארויסשלעפן?
12 How much more is a person worth than a sheep! So it's lawful to do good on the Sabbath." און וויפל איז א מענטש מער ווערט ווי א שאף! דעריבער מעג מען שבת טאן גוטס.
13 Then he told him, "Stretch out your hand." He stretched it out, and it was restored, healthy like the other. דעמאלט זאגט ער צו דעם מענטשן: שטרעק אויס דיין האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זי איז ווידער געווארן געזונט ווי די אנדערע.
14 But the Pharisees went out and plotted how to destroy him. די פרושים אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן זיך באראטן קעגן אים, ווי אזוי זיי זאלן אים אומברענגען.
15 Jesus, aware of this, withdrew from there. And many followed him, and he healed them all, יהושע/ישוע האט זיך אבער דערפון דערוואוסט, און איז אוועק פונדאנען; און א סך האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אלע געהיילט,
16 and he ordered them not to tell anyone about him. און זיי שטרענג אנגעזאגט, אז זיי זאלן אים נישט מפרסם זיין,
17 This was to fulfill what was spoken by the prophet Isaiah: כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיהו הנביא, אזוי צו זאגן:
18 "Look, my servant—Jesus—whom I have chosen, my beloved in whom my soul delights. I will put my Spirit upon him, and he will proclaim justice to the nations. זע, מיין קנעכט, וועמען איך האב אויסדערוויילט; מיין געליבטער, אין וועמען מיין נפש האט א וואוילגעפעלן; איך וועל געבן מיין גייסט אויף אים, און ער וועט דערקלערן משפט צו די פעלקער.
19 He will not quarrel or shout, nor will anyone hear his voice in the streets. ער וועט זיך נישט קריגן, און וועט אויך נישט שרייען; און קיינער וועט נישט הערן זיין קול אויף די גאסן.
20 A bruised reed he will not break, and a smoldering wick he will not quench, until he brings justice to victory; א צעשפאלטן שטעקל וועט ער נישט צעברעכן, און טליענדיקן פלאקס וועט ער נישט אויסלעשן, ביז ער וועט אויספירן משפט צום זיג.
21 and in his name the nations will put their hope." און אויף זיין נאמען וועלן די אומות (העולם) האפן. (ישעיהו מב, א-ד.)
22 Then someone brought him a blind, mute demon-oppressed man, and he healed him so the man could speak and see. דעמאלט האט מען צו אים געברענגט א באזעסענעם מיט א בייזן גייסט, בלינד און שטום, און ער האט אים געהיילט, אז דער שטומער האט סיי גערעדט סיי געזען.
23 And all the crowds were amazed and said, "Can this be the Son of David?" און די אלע המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: איז ער נישט אפשר דער בן דוד?
24 But hearing this, the Pharisees said, "This man drives out demons only by Beelzebul, prince of demons." ווען די פרושים אבער האבן עס געהערט, האבן זיי געזאגט: ער טרייבט נישט ארויס קיין בייזע גייסטער, אחוץ דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער!
25 Knowing their thoughts, he said to them, "Every kingdom divided against itself is ruined, and no city or house divided against itself will stand. און וויסנדיק זייערע געדאנקען, האט ער צו זיי געזאגט: יעדע מלוכה, וואס איז נישט אייניק מיט זיך אליין, ווערט פארוויסט; און יעדע שטאט אדער הויז, וואס איז נישט אייניק מיט זיך אליין, וועט נישט בלייבן שטיין.
26 And if Satan casts out Satan, he is divided against himself. How then will his kingdom stand? און אויב דער שׂטן טרייבט ארויס דעם שׂטן, איז ער נישט אייניק מיט זיך אליין: ווי אזוי זשע וועט זיין קעניגרייך האבן א קיום?
27 If I drive out demons by Beelzebul, by whom do your sons drive them out? So they will be your judges. און אויב איך טרייב ארויס בייזע גייסטער דורך דעם בעל‑זבול, דורך וועמען טרייבן אייערע קינדער זיי ארויס? דערפאר וועלן זיי זיין אייערע שופטים.
28 But if I drive out demons by the Spirit of our Father, then the kingdom of our Father has reached you. אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער דורך דעם גייסט פון ה׳, אזוי איז שוין ה׳ס קעניגרייך געקומען צו אייך.
29 Or how can someone enter a strong man's house and carry off his goods, unless he first restrains the strong man? Then he can loot his house. אדער ווי אזוי קען עמיצער אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור, און אוועקרויבן זיינע זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור? און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז.
30 Whoever is not with me is against me, and whoever does not gather with me scatters. ווער עס איז נישט מיט מיר, דער איז קעגן מיר; און דער, וואס זאמלט נישט איין מיט מיר, צעשפרייט.
31 So I tell you, every sin and blasphemy will be forgiven people, but blasphemy against the Spirit will not be forgiven. דערפאר זאג איך אייך: יעדע זינד און לעסטערונג וועט די מענטשן פארגעבן ווערן; נאר די לעסטערונג פון דעם גייסט וועט נישט פארגעבן ווערן.
32 Whoever speaks against the Son of Man will be forgiven; whoever speaks against the Holy Spirit won't be forgiven—neither in this age nor the age to come. און אויב עס וועט ווער זאגן א ווארט קעגן דעם בר אנש, וועט עס אים פארגעבן ווערן; נאר ווער עס וועט רעדן קעגן דעם רוח הקודש, וועט עס אים נישט פארגעבן ווערן, נישט אין דער דאזיקער וועלט, נישט לעולם הבא.
33 Make the tree good and its fruit good, or the tree bad and its fruit bad, for a tree is known by its fruit. אדער מאכט דעם בוים גוט, און זיין פרוכט גוט; אדער מאכט דעם בוים שלעכט, און זיין פרוכט שלעכט! מחמת פון די פירות דערקענט מען דעם בוים.
34 You brood of vipers! How can you speak good things since you're evil? For the mouth speaks the heart's overflow. איר שלאנגענקינדער, ווי אזוי קענט איר רעדן גוטס, זייענדיק (אליין) בייז? מחמת פון דער שפע פון דעם הארץ, רעדט דאך דאס מויל.
35 A good person produces good from a good treasure; an evil person produces evil from an evil treasure. דער גוטער מענטש ברענגט ארויס גוטע זאכן פון זיין גוטן אוצר, און דער בייזער מענטש ברענגט ארויס בייז פון זיין בייזן אוצר.
36 I tell you, on judgment day people will answer for every careless word they speak, איך זאג אייך אבער, אז יעדעס פוסטע ווארט, וואס מענטשן וועלן רעדן, וועלן זיי מוזן אפגעבן א חשבון דערפון אינם יום הדין.
37 for by your words you will be justified, and by your words you will be condemned." מחמת פון דיינע ווערטער וועסטו גערעכטפערטיקט ווערן, און פון דיינע ווערטער וועסטו פארמשפט ווערן.
38 Then some scribes and Pharisees said, "Teacher, we want a sign from you." דעמאלט האבן אים אייניקע פון די סופרים און פרושים געענטפערט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווילן זען א צייכן פון דיר!
39 He answered, "This evil, adulterous generation demands a sign. None will be given it except the sign of the prophet Jonah. ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: א בייז און נואפדיק דור באגערט א צייכן, און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן אחוץ דאס צייכן פון יונה הנביא.
40 As Jonah was three days and three nights in the great fish's belly, so the Son of Man will be three days and three nights in the earth's heart. ווייל אזוי ווי יונה איז געווען דריי טעג און דריי נעכט אין די געדערעם פון דעם ריזנפיש, אזוי וועט דער בר אנש זיין דריי טעג און דריי נעכט אין דעם הארץ פון דער ערד.
41 Ninevites will rise at the judgment with this generation and condemn it, for they repented at Jonah's preaching, and something greater than Jonah is here. די לייט פון נינוה וועלן אויפשטיין אין דעם משפט מיט דעם דאזיקן דור, און וועלן עס פאראורטיילן; ווייל זיי האבן תשובה געטאן אויף יונהס רוף; און זע, א גרעסערער ווי יונה איז דא דא.
42 The queen of the South will rise at the judgment with this generation and condemn it, for she came from earth's ends to hear Solomon's wisdom—and look, something greater than Solomon is here. די מלכה פון תימן וועט אויפשטיין אין דעם משפט מיט דעם דאזיקן דור, און וועט עס פאראורטיילן; ווייל זי איז געקומען פון עק וועלט צו הערן שלמהס חכמה; און זע, א גרעסערער ווי שלמה איז דא דא.
43 When an unclean spirit leaves a person, it travels through dry places seeking rest, and finds none. ווען אבער דער אומריינער גייסט גייט ארויס פון דעם מענטשן, גייט ער איבער ערטער, וואו עס איז קיין וואסער נישטא, זוכנדיק מנוחה, און געפינט נישט.
44 Then it says, 'I will return to my house I left.' Coming, it finds it empty, swept, and put in order. זאגט ער דעמאלט; איך וועל מיך אומקערן אין מיין הויז אריין, פונוואנען איך בין ארויסגעגאנגען; און ווען ער קומט, געפינט ער עס ליידיק, אויסגעקערט, און אויסגעצירט.
45 Then it goes and brings along seven other spirits more evil than itself; they enter and settle there, and that person ends up worse off than before. So it will be with this evil generation." דאן גייט ער, און נעמט מיט זיך זיבן אנדערע גייסטער, ערגערע ווי ער אליין, און זיי גייען אריין און וואוינען דארט; און דער סוף פון יענעם מענטשן ווערט ערגער ווי דער אנהויב. אָט אזוי וועט עס זיין מיט דעם דאזיקן בייזן דור.
46 While he was still speaking to the crowds, his mother and brothers stood outside, wanting to speak with him. און בשעת ער האט נאך גערעדט צו די המונים מענטשן, זע, זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געשטאנען אינדרויסן, און האבן באגערט צו רעדן מיט אים.
47 Someone told him, "Look, your mother and your brothers are standing outside, wanting to speak to you." און עמיצער האט צו אים געזאגט: זע, דיין מוטער און דיינע ברידער שטייען אינדרויסן, און ווילן רעדן מיט דיר.
48 He answered the one who told him, "Who is my mother, and who are my brothers?" ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו דעם, וואס האט עס אים געזאגט: ווער איז מיין מוטער, און ווער זענען מיינע ברידער?
49 And stretching out his hand toward his disciples, he said, "Here are my mother and my brothers! און האט אויסגעשטרעקט זיין האנט אויף זיינע תלמידים, און געזאגט: זע, מיין מוטער און מיינע ברידער!
50 For whoever does the will of my Father in heaven is my brother and sister and mother." מחמת ווער עס וועט טאן דעם רצון פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל, דער זעלביקער איז מיין ברודער, און שוועסטער, און מוטער!
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]