Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 11 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 After Jesus finished instructing his twelve disciples, he left there to teach and preach in their towns. און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט באפעלן זיינע צוועלף תלמידים, איז ער פון דארטן אוועק צו לערנען און אויסצורופן אין זייערע שטעט.
2 John, hearing in prison of the Christ's works, sent word through his disciples, ווען אבער יוחנן האט געהערט אין תפיסה די מעשים פון דעם משיח, האט ער געשיקט דורך זיינע תלמידים.
3 and asked him, "Are you the one who is to come, or should we look for another?" און געזאגט צו אים: ביסטו דער, וואס זאל קומען, אדער האבן מיר צו ווארטן אויף אן אנדערן?
4 Jesus answered them, "Go and report to John what you hear and see: און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר הערט און זעט:
5 "Blind eyes see, the lame walk, those with leprosy are made clean, the deaf hear, the dead are raised, and good news is preached to the poor. בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה.
6 And blessed is the one who does not stumble on account of me." און וואויל איז דעם, וואס וועט נישט שטרויכלען אין מיר!
7 As they left, Jesus began telling the crowds about John: "What did you go out into the wilderness to see? A reed shaken by the wind? און בשעת די דאזיקע זענען אוועקגעגאנגען, האט יהושע/ישוע אנגעהויבן צו זאגן צו די המונים מענטשן וועגן יוחנן: וואס זענט איר ארויסגעגאנגען אין דער מדבר אריין זען? א שטעקל געשאקלט פון ווינט?
8 But why go out—to see a man dressed in soft clothes? Look, those who wear soft clothes are in royal palaces. נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א מענטשן אנגעטאן אין פיינע מלבושים? זע, די וואס טראגן פיינע מלבושים, זענען אין די הייזער פון די מלכים!
9 But why did you go out? To see a prophet? Yes, I tell you, far more than a prophet. נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען? צו זען א נביא? יא, איך זאג אייך, און מער ווי א נביא.
10 This is the one written about: 'Look, I send my messenger ahead of you, who will prepare your way before you.' דאס איז ער, וועגן וועמען עס שטייט געשריבן: זע, איך שיק מיין שליח פאר דיין פנים, ער וועט צוגרייטן דיין וועג פאר דיר. (מלאכי ג, א.)
11 Truly I tell you: among those born of women, none greater than John the Baptist has arisen; yet the least in our Father's kingdom is greater than he. באמת זאג איך אייך, עס איז נישט אויפגעשטאנען צווישן די ילודי אשה קיין גרעסערער ווי יוחנן פון דער (ירדן) מקווה. דאך איז דער קלענסטער אין דעם מלכות השמים גרעסער ווי ער.
12 From John the Baptist's days until now, the kingdom of our Father endures violence, and the violent seize it. אבער פון די טעג פון יוחנן פון דער (ירדן) מקווה ביז איצט ליידט דאס מלכות השמים געוואלד, און די, וואס טאן געוואלד רייסן עס צו זיך.
13 For all the Prophets and the Law prophesied until John, מחמת אלע נביאים און די תורה האבן נבואות געזאגט ביז יוחנן.
14 and if you are willing to accept it, he is the Elijah who was to come. און אויב איר ווילט עס אננעמען, איז ער אליהו, וואס דארף קומען.
15 Whoever has ears, let him hear. ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן!
16 To what can I compare this generation? It's like children sitting in the marketplaces, calling out to others: צו וועמען אבער זאל איך פארגלייכן דאס דאזיקע דור? עס איז גלייך צו קינדער, וואס זיצן אויף די מארקן און רופן צו זייערע חברים,
17 'We played the flute for you, and you did not dance; we sang a funeral song, and you did not mourn.' און זאגן; מיר האבן געשפילט פאר אייך אויף פייפלעך, און איר האט נישט געטאנצט; מיר האבן געזונגען קלאגלידער, און איר האט נישט געוויינט!
18 For John came neither eating nor drinking, and they say, 'He has a demon.' מחמת יוחנן איז געקומען, האט נישט געגעסן און נישט געטרונקען, און מען זאגט: ער האט א בייזן גייסט!
19 The Son of Man came eating and drinking, and they say, 'A glutton and drunkard, a friend of tax collectors and sinners!' Yet wisdom is proved right by her deeds." דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און מען זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים! און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט פון אירע מעשים.
20 Then he began denouncing the towns where he'd done most of his miracles, because they hadn't repented. דעמאלט האט ער אנגעהויבן צו מוסרן די שטעט, אין וועלכע דאס רוב פון זיינע וואונדער זענען געשען, ווייל זיי האבן נישט תשובה געטאן.
21 "Woe to you, Chorazin! Woe to you, Bethsaida! For if the miracles done in you had been done in Tyre and Sidon, they'd have turned back long ago in mourning clothes and ashes. וויי צו דיר, כורזין! וויי צו דיר, בית‑צידה! ווייל אויב אין צור און צידון וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען ביי אייך, וואלטן זיי שוין לאנג צוריק געהאט תשובה געטאן אין זאק און אין אש.
22 But I tell you: judgment day will be more bearable for Tyre and Sidon than for you. דאך זאג איך אייך, עס וועט זיין גרינגער פאר צור און צידון אין טאג פון משפט, ווי פאר אייך!
23 And you, Capernaum—will you be lifted to heaven? You'll be brought down to the grave. If the miracles done in you had been done in Sodom, it would still stand today. און דו, כפר‑נחום, ביז צום הימל וועסטו זיין דערהייבט? ביז צו שאול תחתית וועסטו אראפנידערן. ווייל אויב אין סדום וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען אין דיר, וואלט זי שטיין געבליבן ביז צום היינטיקן טאג!
24 But I tell you: Sodom's land will fare better on judgment day than you." דאך זאג איך אייך, אז עס וועט זיין גרינגער פאר דעם לאנד פון סדום אינם טאג פון משפט, ווי פאר דיר!
25 At that time Jesus said, "I praise you, Father, Sovereign of heaven and earth, for hiding this from the wise and discerning, and revealing it to infants. אין יענער צייט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, אז דו האסט פארבארגן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער!
26 Yes, Father, for this pleased you. יא, פאטער, ווייל אזוי איז עס געווען וואוילגעפעלן פאר דיר.
27 Everything was entrusted to me by my Father. Only the Father knows the Son, only the Son knows the Father, and anyone the Son chooses to reveal the Father to. אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער, און קיינער קען נישט דעם זון אחוץ דער פאטער; און קיינער קען נישט דעם פאטער אחוץ דער זון, און וועמען דער זון וויל אים מגלה זיין.
28 "Come to me, all you who are weary and burdened, and I will give you rest. קומט צו מיר אלע, וואס הארעווען שווער און זענען באלאסטעט, און איך וועל אייך געבן רו.
29 Put my yoke on you and learn from me, since I'm gentle and humble in heart, and you'll find rest for your souls. נעמט מיין יאך אויף זיך, און לערנט פון מיר; ווייל איך בין אן ענו און פון א נידריק געמיט, און איר וועט געפינען מנוחה פאר אייערע נשמות.
30 For my yoke is easy, and my burden is light." מחמת מיין יאך איז אנגענעם, און מיין לאסט איז גרינג!
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]