Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 10 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Jesus called his twelve disciples and gave them authority over unclean spirits, to drive them out and heal every disease and every sickness. און ער האט גערופן צו זיך זיינע צוועלף תלמידים, און האט זיי געגעבן מאכט איבער אומריינע גייסטער, זיי ארויסצוטרייבן, און צו היילן יעדע קראנקייט און יעדע שלאפקייט.
2 The twelve apostles' names: first, Simon called Peter, and Andrew his brother; James son of Zebedee, and John his brother; און אָט די דאזיקע זענען די נעמען פון די צוועלף שליחים: דער ערשטער שמעון, וואס מען האט אים גערופן פעטרוס, און זיין ברודער אנדריי; יעקב בן זבדי, און זיין ברודער יוחנן;
3 Philip and Bartholomew; Thomas and Matthew the tax collector; James son of Alphaeus and Thaddaeus; פיליפוס און בר‑תלמי; תומא און מתתיהו דער שטייער אויפמאנער; יעקב בן חלפי און תדי;
4 Simon the Zealot and Judas Iscariot, who also betrayed him. שמעון הקנאי און יהודה איש‑קריות, וואס האט אים אויך פארראטן.
5 Jesus sent these twelve, instructing them: "Do not go to Gentile regions or enter a Samaritan town. די דאזיקע צוועלף האט יהושע/ישוע געשיקט, און האט זיי באפוילן, אזוי צו זאגן: אויף קיין וועג פון די אומות (העולם) זאלט איר נישט גיין, און אין קיין שטאט פון די שומרונים זאלט איר נישט אריינגיין;
6 Go rather to the lost sheep of the house of Israel. נאר גייט ליבער צו די פארלוירענע שעפעלעך פון דעם הויז ישראל.
7 As you go, proclaim this message: 'The kingdom of our Father has come near.' גייט, רופט אויס און זאגט: דאס מלכות השמים איז נאענט!
8 Heal the sick, raise the dead, cleanse those with leprosy, drive out demons. Freely you received; freely give. היילט די קראנקע, וועקט אויף די טויטע, רייניקט די קרעציקע, טרייבט ארויס די בייזע גייסטער! אומזיסט האט איר באקומען, אומזיסט זאלט איר געבן!
9 Do not take any gold or silver or copper in your belts. נעמט נישט קיין גאלד, נישט קיין זילבער, נישט קיין קופער אין אייערע גארטלען;
10 No travel bag, no second shirt, no sandals, no staff—the worker deserves his food. נישט קיין זאק אויפן וועג, נישט קיין צוויי העמדער, נישט קיין שיך, נישט קיין שטאק; מחמת דער ארבעטער איז ווערט זיין שפייז.
11 Whatever town or village you enter, find out who is worthy there, and stay there until you leave. און אין וועלכער שטאט אדער דארף איר קומט אריין, פארשט אויס ווער עס האט די ווערדע אין איר; און דארטן זאלט איר איינשטיין ביז איר גייט אוועק.
12 As you enter the home, greet it. און אריינקומענדיק אין דעם הויז, זאלט איר עס באגריסן.
13 If the home is worthy, let your peace rest on it; if not, let it return to you. און אויב דאס הויז איז ראוי זאל אייער שלום קומען דערויף, אויב אבער עס איז נישט ראוי זאל אייער שלום זיך אומקערן צו אייך.
14 If anyone won't welcome you or hear your words, shake the dust off your feet as you leave that house or town. און ווער עס וועט אייך נישט אויפנעמען, און נישט הערן אייערע ווערטער, זאלט איר ארויסגיין פון יענעם הויז אדער יענער שטאט און אפשאקלען דעם שטויב פון אייערע פיס!
15 Truly I tell you: Sodom and Gomorrah will fare better on judgment day than that town. באמת זאג איך אייך; עס וועט זיין גרינגער פאר דעם לאנד פון סדום און עמורה אינם טאג פון משפט, ווי פאר יענער שטאט.
16 Look, I send you out as sheep among wolves; so be as shrewd as serpents, as innocent as doves. זע, איך שיק אייך ווי שאף צווישן וועלף. זייט זשע קלוג ווי די שלאנגען, און אָן פאלשקייט ווי די טויבן.
17 Beware of people; they will hand you over to councils and whip you in their synagogues. היט זיך אבער פאר די מענטשן! מחמת זיי וועלן אייך איבערגעבן צום סנהדרין, און אין זייערע שולן וועלן זיי אייך שמייסן מיט ריטער;
18 For my sake you'll be brought before governors and kings, as testimony to them and the Gentiles. אפילו פאר מושלים און מלכים וועט מען אייך פירן צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי און צו די אומות (העולם).
19 But when they hand you over, don't worry about what to say or how—for what to say will be given you at that time, ווען זיי וועלן אייך אבער איבערגעבן, זאלט איר נישט זארגן, ווי אזוי אדער וואס איר האט צו רעדן;
20 for it will not be you speaking, but the Spirit of your Father speaking through you. מחמת עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, וואס איר זאלט רעדן; מחמת נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער גייסט פון אייער פאטער איז עס, וואס רעדט דורך אייך.
21 Brother will betray brother to death, father his child; children will rise against their parents and have them killed. און א ברודער וועט איבערגעבן א ברודער צום טויט, און א פאטער זיין קינד, און קינדער וועלן אויפשטיין קעגן די עלטערן און וועלן זיי טייטן.
22 Everyone will hate you because of my name, but whoever holds out to the end will be saved. און איר וועט זיין געהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען. ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.
23 When persecuted in one town, flee to the next. I tell you truly: you won't finish Israel's towns before the Son of Man comes. און ווען זיי פארפאלגן אייך אין דער דאזיקער שטאט, אנטלויפט אין דער אנדערער אריין. מחמת באמת זאג איך אייך: איר וועט נישט דורכגיין די שטעט פון ישראל, ביז דער בר אנש וועט קומען.
24 The student is not above the teacher, nor the servant above his master. א תלמיד איז נישט איבער זיין רבין, און א קנעכט נישט איבער זיין האר.
25 It's enough for the student to become like the teacher, and the servant like the master. If they call the head of the house Beelzebul, how much more his household! עס איז גענוג פאר דעם תלמיד, אז ער זאל זיין ווי זיין רבי, און דער קנעכט ווי זיין האר. אויב דעם בעל הבית האט מען גערופן בעל‑זבול, וויפל מער זיינע בני בית!
26 So do not be afraid of them. There is nothing concealed that will not be disclosed, or hidden that will not be made known. דעריבער זאלט איר זיך נישט פארכטן פאר זיי! מחמת עס איז נישטא קיין באהאלטענע זאך, וואס וועט נישט אנטפלעקט ווערן; און קיין פארבארגענע זאך, וואס וועט נישט באקאנט ווערן.
27 What I tell you in the dark, say in daylight; what's whispered in your ear, proclaim from rooftops. וואס איך זאג אייך אין דער פינסטער, דאס זאלט איר רעדן אינם ליכט, און וואס עס ווערט אייך געשעפטשעט אין אויער אריין, דאס זאלט איר אויסרופן אויף די דעכער.
28 Don't fear those who kill the body but not the soul; instead fear the One able to destroy both soul and body in hell. און פארכט זיך נישט פאר די, וואס טייטן דעם גוף, אבער האבן נישט קיין קראפט צו טייטן די נשמה; אמער זאלט איר זיך פארכטן פאר דעם, וואס איז בכוח צו פארדארבן סיי די נשמה סיי דעם גוף אין גיהנום.
29 Aren't two sparrows sold for a penny? Yet not one falls to the ground without your Father. פארקויפט מען דען נישט צוויי פייגעלעך פאר איין פרוטה? און דאך פאלט נישט קיין איינס פון זיי צו דער ערד אָן אייער פאטער.
30 And even the very hairs of your head are all numbered. ביי אייך אבער זענען אפילו די האר פון קאפ אלע געציילט.
31 So do not be afraid; you are worth more than many sparrows. דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן; איר זענט ווערט מער ווי א סך פייגעלעך.
32 Therefore, whoever acknowledges me before others, I will also acknowledge before my Father in heaven. ווער זשע עס וועט מיך מתוודה זיין פאר די מענטשן, וועל איך דעם אויך מתוודה זיין פאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
33 But whoever denies me before others, I'll deny before my Father in heaven. ווער אבער עס וועט מיך פארלייקענען פאר די מענטשן, וועל איך דעם אויך פארלייקענען פאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
34 Do not think I came to bring peace on earth; I came not to bring peace but a sword. איר זאלט נישט מיינען, אז איך בין געקומען, כדי צו ברענגען שלום אויף דער ערד. איך בין נישט געקומען ברענגען שלום, נאר א שווערד.
35 For I came to pit a man against his father, a daughter against her mother, a daughter-in-law against her mother-in-law, מחמת איך בין געקומען אפצושיידן א מענטשן פון זיין פאטער, און א טאכטער פון איר מוטער, און א שנור פון איר שוויגער,
36 a man's enemies will be the members of his own household. און א מענטשנס שונאים וועלן זיין זיינע אייגענע בני בית.
37 Whoever loves father or mother above me is unworthy of me; whoever loves son or daughter above me is unworthy of me. ווער עס האט ליב פאטער אדער מוטער מער ווי מיך, דער איז מיך נישט ווערט; און ווער עס האט ליב זון אדער טאכטער מער ווי מיך, דער איז מיך נישט ווערט.
38 Whoever does not take up his cross and follow me is not worthy of me. און ווער עס נעמט נישט זיין בוים, און פאלגט מיר נאך, איז מיך נישט ווערט.
39 Whoever finds his life loses it, and whoever loses his life for my sake finds it. ווער עס געפינט זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן; און ווער עס פארלירט זיין לעבן פאר מיינעטוועגן, דער וועט עס געפינען.
40 Whoever welcomes you welcomes me, and whoever welcomes me welcomes the One who sent me. דער, וואס נעמט אייך אויף, נעמט מיך אויף; און דער, וואס נעמט מיך אויף, נעמט אויף דעם. וואס האט מיך געשיקט.
41 Whoever welcomes a prophet as a prophet gets a prophet's reward, and whoever welcomes a righteous person as a righteous person gets a righteous person's reward. דער, וואס נעמט אויף א נביא אין דעם נאמען פון א נביא, וועט באקומען דעם שכר פון א נביא; און דער, וואס נעמט אויף א צדיק אין דעם נאמען פון א צדיק, וועט ער באקומען דעם שכר פון א צדיק. און דער,
42 And whoever gives just a cup of cold water to one of these little ones because he is my disciple, truly I tell you, will never lose his reward." וואס וועט געבן צו טרינקען איינעם פון די דאזיקע קליינע בלויז א טעפעלע קאלט וואסער אין דעם נאמען פון א תלמיד, באמת זאג איך אייך; ער וועט בשום אופן נישט פארלירן זיין שכר!
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]