Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 15 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Then Pharisees and scribes came to Jesus from Jerusalem and said, דעמאלט קומען צו יהושען/ישוען פרושים און סופרים פון ירושלים, אזוי צו זאגן:
2 "Why do your disciples break the elders' tradition? They don't wash their hands when they eat." פארוואס זענען דיינע תלמידים עובר אויף דער מסורה פון די זקנים? מחמת זיי וואשן זיך נישט די הענט, ווען זיי עסן ברויט.
3 He answered, "Why do you also break our Father's commandment for your tradition? ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: פארוואס זענט איר אויך עובר ה׳ס געבאט צוליב אייער מסורה?
4 For our Father said, 'Honor your father and your mother,' and, 'Whoever curses father or mother must surely be put to death.' מחמת ה׳ האט געזאגט: דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער! און: ווער עס פלוכט פאטער אדער מוטער, דער זאל געטייט ווערן.
5 But you say, 'Whoever tells his father or mother, "Whatever you gained from me is a gift devoted to our Father," און איר זאגט: ווער עס וועט זאגן צום פאטער אדער צו דער מוטער: דאס איז א קרבן, וואס דו וואלסט פון מיר געקענט נהנה זיין,
6 he need not honor his father with it.' You've canceled our Father's word for your tradition's sake. דער איז מער נישט מחייב אפצוגעבן כבוד זיין פאטער אדער זיין מוטער. און איר האט אפגעשאפט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה.
7 You hypocrites! Isaiah prophesied rightly about you when he said: איר צבועקעס! וואויל האט ישעיה אויף אייך נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן:
8 'This people honors me with their lips, but their heart is far from me; דאס דאזיקע פאלק גיט מיר אפ כבוד מיט די ליפן; אבער זייער הארץ איז ווייט פון מיר.
9 they worship me in vain, teaching the commandments of men as doctrine.'" אומזיסט איז זייער יראה פאר מיר, ווייל זיי לערנען ווי מצוות מענטשלעכע לערעס. (ישעיהו כט, יג.)
10 Then he called the crowd to him and said, "Listen and understand: און ער האט גערופן צו זיך דעם המון מענטשן, און צו זיי געזאגט: הערט, און פארשטייט!
11 Not what enters the mouth makes a person unclean, but what comes out of the mouth makes a person unclean." נישט דאס, וואס גייט אריין אין מויל, מאכט דעם מענטשן טמא; נאר דאס, וואס קומט ארויס פון מויל, דאס דאזיקע מאכט טמא דעם מענטשן.
12 Then the disciples came to him and said, "Do you know the Pharisees were offended hearing this saying?" דעמאלט זענען די תלמידים געקומען, און געזאגט צו אים: ווייסט, אז די פרושים האבן געשטרויכלט הערנדיק דאס ווארט?
13 He replied, "Every plant my heavenly Father didn't plant will be uprooted. ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: יעדע פלאנץ, וואס מיין הימלישער פאטער האט נישט געפלאנצט, וועט אויסגעווארצלט ווערן.
14 Leave them; they are blind guides. If a blind man guides a blind man, both fall into a pit." לאזט זיי גיין! זיי זענען בלינדע פירער פון בלינדע. און ווען א בלינדער פירט א בלינדן, וועלן ביידע אריינפאלן אין גרוב אריין.
15 Peter said to him, "Explain this parable to us." און פעטרוס האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: לייג אונדז אויס דאס משל!
16 "Are you still as dull as the others?" Jesus said. ער אבער האט געזאגט: זענט איר אויך נאך אָן פארשטאנד?
17 "Don't you understand that whatever enters the mouth passes into the stomach and is then expelled? צי זעט איר דען נישט איין, אז אלץ, וואס גייט אריין אין מויל, נידערט אראפ אין בויך, און ווערט ארויסגעווארפן אין בית הכסא אריין?
18 But what comes out of the mouth comes from the heart, and that makes a person unclean. די זאכן אבער וואס קומען ארויס פון מויל קומען אויסן הארצן ארויס; און זיי מאכן דעם מענטשן טמא.
19 For the heart produces evil thoughts: murder, adultery, sexual sin, theft, false testimony, slander. מחמת פון הארצן קומען ארויס בייזע מחשבות, מערדערייען, ניאופים, זנות, גנבות, פאלש עדות זאגן, לעסטערונגען.
20 These make a person unclean, but eating with unwashed hands does not make anyone unclean." די דאזיקע זאכן זענען עס, וואס זענען מטמא דעם מענטשן; אבער צו עסן מיט אומגעוואשענע הענט מאכט דעם מענטשן נישט טמא.
21 Leaving that place, Jesus withdrew to the region of Tyre and Sidon. און יהושע/ישוע איז ארויסגעגאנגען פון דארטן, און איז אוועק אין די געגנטן פון צור און צידון.
22 A Canaanite woman from that region came, crying out, "Have mercy on me, Lord, Son of David! My daughter is severely tormented by a demon." און זע, א כנענישע פרוי איז ארויסגעקומען פון יענע גרענעצן, און האט געשריגן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף מיר! מיין טאכטער ווערט ביטער געפלאגט פון א בייזן גייסט!
23 He answered her nothing. His disciples came and urged him, "Send her away—she keeps shouting after us." ער אבער האט איר נישט געענטפערט קיין ווארט. און זיינע תלמידים זענען צוגעגאנגען און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק זי אוועק; ווייל זי שרייט אונדז נאך!
24 He answered, "I was sent only to the lost sheep of the house of Israel." ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך בין נישט געשיקט געווארן אחוץ צו די פארלוירענע שעפעלעך פון דעם הויז ישראל.
25 But she came and knelt before him, saying, "Lord, help me!" זי איז אבער געקומען, און אנידערגעפאלן פאר אים, און געזאגט: האר, העלף מיר!
26 He replied, "It is not right to take the children's bread and throw it to the dogs." און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס איז נישט שיין אוועקצונעמען דאס ברויט פון די קינדער און עס צו ווארפן פאר די הינטלעך!
27 "Yes, Lord," she said, "yet even the dogs eat the crumbs that fall from their masters' table." און זי האט געזאגט: יא, האר; מחמת אפילו די הינטלעך עסן פון די ברעקלעך, וואס פאלן אראפ פון זייערע הארנס טיש.
28 Jesus replied, "Woman, your faith is great. Let it happen as you wish." And her daughter was healed from that hour. דעמאלט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק צו איר געזאגט: אשה, דיין אמונה איז גרויס; זאל דיר געשען אזוי ווי דו ווילסט! און איר טאכטער איז געהיילט געווארן פון יענער שעה אָן.
29 Leaving there, Jesus went along the Sea of Galilee, went up the mountain, and sat down there. און יהושע/ישוע איז אוועק פון דארטן, און איז געקומען צום ים פון גליל; און איז ארויפגעגאנגען אויפן בארג, און זיך דארט אנידערגעזעצט.
30 Large crowds came to him with the lame, blind, crippled, mute, and many others, laying them at his feet, and he healed them. און עס זענען געקומען צו אים גרויסע המונים מענטשן, וואס האבן געהאט מיט זיך לאמע, בלינדע, שטומע, קאליקעס, און א סך אנדערע; און האבן זיי אנידערגעווארפן פאר זיינע פיס, און ער האט זיי געהיילט;
31 So the crowd was amazed, seeing the mute speak, the crippled healed, the lame walk, and the blind see; they gave glory to the Father of Israel. אז דער המון האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז די שטומע רעדן, די קאליקעס זענען געזונט, און די לאמע גייען ארום, און די בלינדע זען; און זיי האבן אפגעגעבן א שבח צו דעם ג‑ט פון ישראל.
32 Jesus called his disciples to him and said, "I feel for this crowd—they've already been with me three days with nothing to eat. I don't want to send them away hungry; they might collapse on the road." און יהושע/ישוע האט צו זיך גערופן זיינע תלמידים, און געזאגט: איך בין אינערלעך גערירט איבער דעם המון מענטשן, ווייל זיי זענען שוין דריי טעג מיט מיר און האבן נישט וואס צו עסן; און איך וויל נישט זיי אוועקשיקן פאסטנדיק, טאמער וועלן זיי אויסגיין אויפן וועג.
33 The disciples asked, "Where in this remote place could we find enough bread to feed such a crowd?" און די תלמידים זאגן צו אים: פונוואנען זאלן מיר נעמען אין דער מדבר אזויפיל ברויט, אזש צו זעטיקן אזא מאסע מענטשן?
34 "How many loaves do you have?" Jesus asked. "Seven," they said, "and a few small fish." און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: וויפל לעבלעך ברויט האט איר? און זיי האבן געזאגט: זיבן, און אייניקע קליינע פישלעך.
35 So he told the crowd to sit down on the ground. און ער האט באפוילן דעם המון זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד;
36 And he took the seven loaves and fish, gave thanks, broke them, gave them to the disciples, and they gave them to the crowds. און גענומען די זיבן לעבלעך ברויט און די פיש; האט געמאכט א ברכה און זיי צובראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן.
37 They all ate and were satisfied, and they gathered up seven baskets full of the leftover pieces. און אלע האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן; און וואס איז איבערגעבליבן פון די ברעקלעך האט מען אויפגעהויבן, זיבן גרויסע קערב.
38 Those who ate were 4,000 men, besides women and children. און די, וואס האבן געגעסן, זענען געווען פיר טויזנט מענער, אחוץ פרויען און קינדער.
39 After sending the crowds away, he boarded the boat and went to the region of Magadan. און ער האט אוועקגעשיקט די המונים, און איז איינגעשטיגן אין שיפל, און געקומען צו די גרענעצן פון מגדון.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]