Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

John 18 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 After saying these things, Jesus went out with his disciples across the Kidron Valley, where a garden stood; he and his disciples entered it. האבנדיק דאס געזאגט, איז יהושע/ישוע ארויסגעגאנגען צוזאמען מיט זיינע תלמידים איבער דעם טייך קדרון, וואו עס איז געווען א גארטן, אין וועלכן ער איז אריינגעגאנגען מיט זיינע תלמידים.
2 Judas the betrayer knew the place too, since Jesus often gathered there with his disciples. און אויך יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט געקענט דאס ארט, ווייל א סך מאל איז יהושע/ישוע זיך דארטן צוזאמענגעקומען מיט די תלמידים זיינע.
3 So Judas came there with a detachment of soldiers and officers from the chief priests and Pharisees, carrying lanterns, torches, and weapons. און יהודה האט באקומען די אפטיילונג (סאלדאטן) און משרתים פון די הויפט כהנים און פרושים, און איז אהינגעקומען מיט פאקלען און לאמפן און כלי זין.
4 So Jesus, knowing all that was coming on him, went out and said to them, "Who are you looking for?" און יהושע/ישוע האט געוואוסט אלץ, וואס וועט קומען אויף אים; און איז ארויסגעגאנגען און האט צו זיי געזאגט: וועמען זוכט איר?
5 They answered him, "Jesus of Nazareth." Jesus said, "I AM." Judas, his betrayer, stood with them. האבן זיי אים געענטפערט: יהושען/ישוען פון נצרת! זאגט ער צו זיי: איך בין עס! און יהודה, וואס האט אים פארראטן, איז געשטאנען מיט זיי.
6 When Jesus said to them, "I AM," they drew back and fell to the ground. און ווי יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: איך בין עס! זענען זיי געגאנגען הינטערוויילעכס און זענען אנידערגעפאלן צו דער ערד.
7 So he asked them again, "Who are you looking for?" And they said, "Jesus of Nazareth." און ער האט זיי ווידער געפרעגט: וועמען זוכט איר? און זיי האבן געזאגט: יהושען/ישוען פון נצרת!
8 Jesus answered, "I told you I AM. So if you're looking for me, let these men go." האט יהושע/ישוע געענטפערט: איך האב דאך אייך געזאגט, אז איך בין עס! און אויב איר זוכט מיך, לאזט די דאזיקע גיין;
9 This fulfilled Jesus's own word: "I have not lost a single one of those you gave me." כדי עס זאל מקוים ווערן דאס ווארט, וואס ער האט געזאגט: די, וואס דו האסט מיר געגעבן, פון זיי האב איך קיין איינעם נישט פארלוירן.
10 So Simon Peter drew his sword, struck the high priest's servant, and cut off his right ear—the servant named Malchus. און שמעון פעטרוס, האבנדיק א שווערד, האט זי ארויסגעצויגן, און געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט און אים אפגעהאקט דאס רעכטע אויער. און דער קנעכט האט געהייסן מלכוס.
11 So Jesus told Peter, "Sheath your sword. Shouldn't I drink the cup my Father has given me?" יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט צו פעטרוסן: לייג אריין די שווערד אין דער שייד. דעם בעכער, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, זאל איך אים דען נישט טרינקען?
12 Then the troops, their commander, and the Jewish officers seized Jesus and tied him up. און די אפטיילונג (סאלדאטן) מיט דעם אפיציר און די משרתים פון די יידן האבן געכאפט יהושען/ישוען און אים געבונדן (עקידה),
13 They took him to Annas first, for he was father-in-law to Caiaphas, high priest that year. און אים קודם כל אוועקגעפירט צו חנן; ווארום ער איז געווען דער שווער פון קיפא, וועלכער איז געווען כהן גדול אין יענעם יאר.
14 Caiaphas was the one who advised the Jews: better one man die for the people. און עס איז געווען קיפא, וואס האט געראטן די יידן, אז עס איז גוט איין מענטש זאל שטארבן פאר דעם פאלק.
15 Simon Peter and another disciple followed Jesus. That disciple was known to the high priest, so he entered with Jesus into the high priest's courtyard, און שמעון פעטרוס און אן אנדערער תלמיד האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען. און יענער תלמיד איז געווען באקאנט מיט דעם כהן גדול, און ער איז אריינגעגאנגען מיט יהושען/ישוען אין הויף פון דעם כהן גדול.
16 but Peter stood outside at the door. So the other disciple, known to the high priest, went out, spoke to the servant girl who kept the door, and brought Peter in. פעטרוס אבער איז געשטאנען ביי דער טיר אינדרויסן. דער אנדערער תלמיד, וואס איז געווען באקאנט מיט דעם כהן גדול, איז דעריבער ארויסגעגאנגען און האט גערעדט מיט דער טיר וועכטערין, און אריינגעפירט פעטרוסן.
17 The servant girl guarding the door said to Peter, "You also are not one of this man's disciples, are you?" He said, "I'm not." און די שיפחה, די טיר וועכטערין, האט געזאגט צו פעטרוסן: צי ביסטו דען נישט אויך פון די תלמידים פון דעם דאזיקן מענטש? זאגט ער: איך בין נישט.
18 The servants and officers, feeling the cold, had lit a charcoal fire and stood warming themselves; Peter stood with them, warming himself. און די קנעכט און די משרתים זענען געשטאנען און האבן זיך געווארעמט ביי א פייער, וואס זיי האבן געמאכט פון האלצקוילן, ווייל עס איז געווען קאלט; און פעטרוס איז אויך געווען מיט זיי, שטייענדיק און ווארעמענדיק זיך.
19 The high priest then questioned Jesus about his disciples and his teaching. און דער כהן גדול האט אויסגעפרעגט יהושען/ישוען וועגן זיינע תלמידים און וועגן זיין לערנונג.
20 Jesus answered him, "I spoke openly to the world; I always taught in synagogues and in the temple, where all the Jews gather. I said nothing in secret. האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: איך האב גערעדט בפרהסיא אין דער וועלט; איך האב תמיד געלערנט אין שול און אינם בית המקדש, וואו אלע יידן קומען זיך צונויף, און אין פארבארגעניש האב איך גארנישט גערעדט.
21 Why ask me? Ask those who heard what I said to them; they know what I said." וואס פרעגסטו מיך? פרעג די צוהערער וואס איך האב צו זיי גערעדט; זע, זיי ווייסן, וואס איך האב געזאגט.
22 At this, one of the guards nearby slapped Jesus, saying, "Is that how you answer the high priest?" און בשעת ער האט אזוי גערעדט, האט איינער פון די משרתים, וואס זענען דארט געשטאנען, געגעבן יהושען/ישוען א פאטש, זאגנדיק: אָט אזוי ענטפערסטו דעם כהן גדול?
23 Jesus answered him, "If I spoke wrongly, testify about the wrong; but if rightly, why do you strike me?" האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: אויב איך האב שלעכט גערעדט, זאג עדות וועגן דעם שלעכטן; אויב אבער (איך האב גערעדט) גוט, וואס שלאגסטו מיך?
24 Then Annas sent him, still bound, to Caiaphas the high priest. און חנן האט אים אוועקגעשיקט א געבונדענעם (עקידה) צו קיפא דעם כהן גדול.
25 Simon Peter, meanwhile, stood warming himself. They said, "Aren't you also one of his disciples?" He denied it: "I'm not." שמעון פעטרוס אבער איז געשטאנען און זיך געווארעמט. און מען האט צו אים געזאגט: צי ביסטו דען נישט אויך פון זיינע תלמידים? האט ער געלייקנט און געזאגט: איך בין נישט!
26 One of the high priest's servants, a relative of the man whose ear Peter cut off, asked, "Didn't I see you with him in the garden?" זאגט צו אים איינער פון דעם כהן גדולס קנעכט, וואס איז געווען א קרוב פון דעם, וועמען פעטרוס האט אפגעהאקט דאס אויער: צי האב איך דיך דען נישט געזען אינם גארטן מיט אים?
27 Peter again denied it, and at once a rooster crowed. פעטרוס האט דעריבער ווידער געלייקנט; און גלייך האט א האן געקרייעט.
28 Then they led Jesus from Caiaphas to the governor's headquarters. It was early morning. They themselves didn't enter, so they wouldn't be made unclean but could eat the Passover. דאן האט מען יהושען/ישוען אוועקגעפירט פון קיפא צום פרעטאריום; און עס איז געווען פרי; און זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין פרעטאריום, כדי זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין, נאר זאלן (קענען) עסן דאס קרבן פסח.
29 So Pilate went out to them and said, "What accusation do you bring against this man?" פילאטוס איז דעריבער ארויסגעגאנגען צו זיי אינדרויסן, און געזאגט; וואס פאר א באשולדיקונג ברענגט איר קעגן דעם דאזיקן מענטשן?
30 They answered him, "If this man weren't doing wrong, we wouldn't have handed him over to you." האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב דער דאזיקער וואלט נישט געווען טאן קיין בייז, וואלטן מיר אים נישט איבערגעגעבן צו דיר.
31 Pilate said, "Take him yourselves and judge him by your own law." The Jews said, "We're not permitted to execute anyone." פילאטוס האט דעריבער צו זיי געזאגט: נעמט איר אים, און משפט אים לויט אייער תורה. האבן די יידן צו אים געזאגט: מיר האבן נישט קיין רשות עמיצן צו טייטן;
32 This fulfilled the word Jesus had spoken, showing what kind of death he was about to die. כדי עס זאל דערפילט ווערן ישועס ווארט, וואס ער האט געזאגט, מרמז זייענדיק, מיט וועלכן טויט ער גייט שטארבן.
33 So Pilate went back into the headquarters, summoned Jesus, and asked, "Are you the King of the Jews?" פילאטוס איז צוריק אריינגעגאנגען אין פרעטאריום אריין, און האט גערופן יהושען/ישוען, און געזאגט צו אים: צי ביסט דו דער מלך פון די יידן?
34 Jesus answered, "Are you saying this on your own, or did others tell you about me?" האט יהושע/ישוע געענטפערט: זאגסטו דאס דאזיקע פון דיר אליין, אדער האבן אנדערע עס דיר געזאגט וועגן מיר?
35 Pilate replied, "Am I a Jew? Your own nation and chief priests handed you over to me. What have you done?" פילאטוס האט געענטפערט: בין איך דען א ייד? דאס פאלק דיינס און די הויפט כהנים האבן דאך דיך איבערגעגעבן צו מיר; וואס האסטו געטאן?
36 Jesus answered, "My kingdom isn't from this world. If it were, my servants would fight against my being handed to the Jews. But my kingdom isn't from here." האט יהושע/ישוע געענטפערט: מיין מלכות איז נישט פון דער דאזיקער וועלט; אויב מיין מלכות וואלט יא געווען פון דער דאזיקער וועלט, וואלטן מיינע משרתים געקעמפט, כדי איך זאל נישט איבערגעגעבן ווערן צו די יידן; איצט אבער איז מיין מלכות נישט פונדאנען.
37 Then Pilate said to him, "So you are a king?" Jesus answered, "You say I'm a king. I was born for this, and I came into the world for this—to testify to the truth. Everyone who belongs to the truth hears my voice." פילאטוס האט דעריבער צו אים געזאגט: אויב אזוי ביסטו טאקע א מלך? האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו זאגסט עס, אז איך בין א מלך. דערצו בין איך געבוירן געווארן און דערצו בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי איך זאל עדות זאגן אויף דעם אמת. יעדער איינער, וואס איז פון דעם אמת, הערט מיין קול.
38 Pilate asked, "What is truth?" Then he went out to the Jews again and said, "I find nothing wrong in him. זאגט פילאטוס צו אים: וואס איז אמת? און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ווידער ארויסגעגאנגען צו די יידן, און זאגט צו זיי: איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים!
39 But you have a custom: I release one man to you at Passover. So do you want me to release the King of the Jews to you?" עס איז אבער א מנהג ביי אייך, אז איך זאל אייך אפלאזן איינעם אויף פסח; צי ווילט איר איך זאל אייך אפלאזן דעם מלך פון די יידן?
40 They cried out again, "Not this man, but Barabbas!" Now Barabbas was a robber. און זיי האבן ווידער א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: נישט דעם דאזיקן, נאר בר‑אבאן! און דער בר‑אבא איז געווען א בונטאר.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]