Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

John 19 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Then Pilate took Jesus and had him flogged. דעמאלט האט פילאטוס גענומען יהושען/ישוען און אים געלאזט שמייסן.
2 The soldiers wove a crown of thorns, put it on his head, and wrapped a purple robe around him. און די זעלנער האבן געפלאכטן א קרוין פון דערנער, און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים אנגעטאן א פורפור מלבוש.
3 They kept coming to him, saying, "Hail, King of the Jews!" and slapped his face. און זענען געקומען צו אים און געזאגט: שלום דיר, מלך פון די יידן! און האבן אים געגעבן פאטש.
4 Pilate went out again and said to them, "Look, I'm bringing him out to you, so you'll know I find no fault in him." און פילאטוס איז ווידער ארויסגעגאנגען אינדרויסן און האט צו זיי געזאגט: זע, איך פיר אים ארויס צו אייך, כדי איר זאלט וויסן, אז איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים.
5 So Jesus came out wearing the crown of thorns and the purple robe. Pilate told them, "Here is the man!" און יהושע/ישוע איז ארויסגעקומען אינדרויסן, טראגנדיק די דערנער קרוין און דאס פורפור מלבוש. און ער (פילאטוס) זאגט צו זיי: זע, דער מענטש!
6 When the chief priests and guards saw him, they shouted, "Crucify him! Crucify him!" Pilate told them, "Take him yourselves and crucify him, since I find no guilt in him." ווען די הויפט כהנים און זייערע משרתים האבן אים געזען, האבן זיי א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: אויפהענגען אויף דער בוים אים! אויפהענגען אויף דער בוים אים! (שמואל ב יח, ט-יד.) זאגט פילאטוס צו זיי: נעמט איר און אויפהענגען אויף דער בוים אים, ווארום איך געפין נישט אין אים קיין שולד.
7 The Jews answered him, "We have a law; by that law he must die, because he made himself the Son of God." האבן די יידן אים געענטפערט: מיר האבן א תורה, און לויט דער תורה איז ער חייב מיתה, ווייל ער האט זיך געמאכט פאר ה׳ס זון.
8 When Pilate heard this, he was even more afraid. און ווען פילאטוס האט געהערט דאס א דאזיקע ווארט, האט ער זיך נאך מער געפארכטן;
9 He went into headquarters again and asked Jesus, "Where are you from?" But Jesus gave him no answer. און איז ווידער אריינגעגאנגען אינם פרעטאריום און האט געזאגט צו יהושען/ישוען: פונוואנען ביסטו? יהושע/ישוע אבער האט אים נישט געגעבן קיין ענטפער.
10 So Pilate said to him, "You won't speak to me? Don't you know I have authority to release you, and authority to crucify you?" פילאטוס זאגט דעריבער צו אים: צו מיר רעדסטו נישט? ווייסטו דען נישט, אז איך האב מאכט דיך צו באפרייען, און האב מאכט דיך צו אויפהענגען אויף דער בוים?
11 Jesus answered him, "You would have no authority over me at all unless it had been given you from above. That is why the one who handed me over to you bears the greater sin." האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו וואלסט נישט געהאט קיין שום מאכט קעגן מיר, אויב עס וואלט דיר נישט געגעבן געווארן פון אויבן; דערפאר האט א גרעסערע זינד דער, וואס האט מיך איבערגעגעבן צו דיר.
12 From then on, Pilate tried to release him, but the Jews cried out, "If you release him, you're no friend of Caesar. Anyone who makes himself king opposes Caesar." פון דעמאלט אָן האט פילאטוס געזוכט אים צו באפרייען; די יידן אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויב דו באפרייסט דעם דאזיקן, ביסטו נישט דעם קיסרס פריינד; (ווארום) יעדער איינער, וואס מאכט זיך פאר א מלך, ווידערשפעניקט קעגן קיסר.
13 Hearing these words, Pilate brought Jesus out and sat on the judgment seat at a place called Stone Pavement—Gabbatha in Aramaic. ווען זשע פילאטוס האט געהערט די דאזיקע ווערטער, האט ער ארויסגעפירט יהושען/ישוען, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער טריבונאל שטול, אויף דעם ארט, וואס הייסט ליטאסטראטאס, און אויף לשון קודש גבתא (אויספלאסטערונג).
14 It was Passover Preparation Day, about noon. He told the Jews, "Here is your King!" און עס איז געווען ערב פסח, ארום דער זעקסטער שעה. און ער האט געזאגט צו די יידן: זע, אייער מלך!
15 They yelled, "Take him away! Take him away! Crucify him!" Pilate asked them, "Crucify your king?" The chief priests answered, "We have no king but Caesar." און זיי האבן א געשריי געטאן: אוועק, אוועק! אויפהענגען אויף דער בוים אים! זאגט פילאטוס צו זיי: דעם מלך אייערן זאל איך אויפהענגען אויף דער בוים אים? האבן די הויפט כהנים געענטפערט: מיר האבן נישט קיין מלך אחוץ דעם קיסר!
16 So then he handed him over to them to be crucified. So they took Jesus, האט ער דעמאלט אים איבערגעגעבן צו זיי, אז ער זאל אויפהענגען אויף א בוים ווערן. זיי האבן דעריבער גענומען יהושען/ישוען;
17 carrying his own cross, he went out to the place called The Place of a Skull, called Golgotha in Aramaic. און טראגנדיק אליין זיין בוים, איז ער ארויסגעגאנגען צו אן ארט, וואס הייסט דאס ארט פון א שארבן, אויף לשון קודש הייסט עס גלגלתא;
18 There they crucified him, with two others, one on each side, Jesus in the middle. וואו זיי האבן אים אויפהענגען אויף דער בוים, און מיט אים אנדערע צוויי, אויף ביידע זייטן, און יהושען/ישוען אין דער מיט.
19 Pilate also wrote a sign and put it on the cross: Jesus of Nazareth, King of the Jews. און פילאטוס האט אויך געשריבן א טיטל און אים ארויפגעזעצט אויפן בוים. און עס איז געווען געשריבן: יהושע/ישוע פון נצרת מלך היהודים.
20 Many Jews read this sign, since the place Jesus was crucified was near the city; it was written in Aramaic, Latin, and Greek. און א סך פון די יידן האבן געלייענט דעם דאזיקן טיטל, ווייל דאס ארט, וואו יהושע/ישוע איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, איז געווען נאענט צו דער שטאט; און עס איז געווען געשריבן אויף לשון קודש, לאטייניש און גריכיש.
21 So the Jewish chief priests said to Pilate, "Don't write 'The King of the Jews,' but 'This man said, I am King of the Jews.'" און די הויפט כהנים פון די יידן האבן געזאגט צו פילאטוסן: שרייב נישט: דער מלך פון די יידן; נאר אז ער האט געזאגט: איך בין דער מלך פון די יידן.
22 Pilate answered, "What I have written, I have written." האט פילאטוס געענטפערט: וואס איך האב געשריבן, האב איך געשריבן!
23 After crucifying Jesus, the soldiers took his clothes and split them into four shares, one per soldier, and took the tunic too. The tunic was seamless, woven in one piece from top to bottom. און די זעלנער, ווען זיי האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים יהושען/ישוען, האבן גענומען זיינע מלבושים, און געמאכט פיר חלקים, פאר יעדן זעלנער א חלק, און אויך דאס אויבערמלבוש. און דאס אויבערמלבוש איז נישט געווען גענייט, נאר אינגאנצן געוועבט פון אויבן (ביז אראפ).
24 So they said to each other, "Let's not tear it, but cast lots for who gets it." This was to fulfill the Scripture that says, "They divided my clothes among themselves, and cast lots for my garment." So the soldiers did this. זיי האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר עס נישט צערייסן, נאר ווארפן גורל וועגן דעם, וועמעס עס זאל זיין; כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן: זיי האבן צעטיילט מיינע קליידער צווישן זיך, און אויף מיין לבוש האבן זיי געווארפן גורל. (תהלים כב, יט.) און די דאזיקע זאכן האבן די זעלנער געטאן.
25 His mother, his mother's sister, Mary wife of Clopas, and Mary Magdalene stood near Jesus' cross. און ביים בוים פון יהושען/ישוען זענען געשטאנען זיין מוטער און זיין מוטערס שוועסטער, מרים דאס ווייב פון קלאפאס (לוקאס כד, יח.), און מרים פון מגדלה.
26 Seeing his mother and the disciple he loved standing there, Jesus told her, "Woman, here is your son." און ווען יהושע/ישוע האט געזען זיין מוטער און דעם תלמיד, וועלכן ער האט ליב געהאט, שטיין דערנעבן, זאגט ער צו דער מוטער: אשה, זע, דיין זון!
27 Then he said to the disciple, "Here is your mother." From that hour, the disciple took her into his home. דערנאך זאגט ער צו דעם תלמיד: זע, דיין מוטער! און פון יענער שעה האט יענער תלמיד זי גענומען צו זיך.
28 After this, knowing all was now finished, Jesus said, to fulfill Scripture, "I am thirsty." נאך דעם, אזויווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז אלץ האט זיך שוין געענדיקט, כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן, זאגט ער: איך בין דארשטיק!
29 A jar full of sour wine sat there; they soaked a sponge in it, fixed it on a hyssop stalk, and lifted it to his mouth. דארט איז געשטאנען א געפעס פול מיט עסיק. און זיי האבן ארויפגעלייגט אויף אן היזאפ שטענגל א שוואם אנגעפילט מיט עסיק און אים דערלאנגט צום מויל.
30 Jesus took the sour wine and said, "It is finished." He bowed his head and gave up his spirit. און ווען יהושע/ישוע האט גענומען דעם עסיק, האט ער געזאגט: עס איז געענדיקט, און האט גענייגט דעם קאפ און אויפגעגעבן די נשמה.
31 Since it was Preparation Day, and they didn't want the bodies remaining on the cross during the Sabbath—that Sabbath was a special day—the Jews asked Pilate to break their legs and remove the bodies. און ווייל עס איז געווען ערב שבת, כדי די גופים זאלן נישט בלייבן דעם שבת אויפן בוים—ווארום יענער שבת איז געווען שבת הגדול—האבן די יידן געבעטן פילאטוסן, אז מען זאל צעברעכן די ביינער פון די גופים, און זיי אראפנעמען.
32 So soldiers came and broke the legs of the first man, then the other crucified with him. זענען געקומען די זעלנער און האבן דעם ערשטן צעבראכן די ביינער און דעם אנדערן, וואס איז אויפגעהאנגען געווארן מיט אים אויף דער בוים.
33 But coming to Jesus, seeing he was already dead, they didn't break his legs. קומענדיק אבער צו יהושען/ישוען, ווי זיי האבן געזען, אז ער איז שוין געשטארבן, האבן זיי אים נישט צעבראכן די ביינער.
34 But one of the soldiers pierced his side with a spear, and blood and water immediately came out. נאר איינער פון די זעלנער האט אים דורכגעשטאכן די זייט מיט א שפיז; און גלייך איז ארויסגעקומען בלוט און וואסער.
35 The eyewitness has testified—his testimony is true, and he knows he speaks the truth—so you also may believe. און דער, וואס האט עס געזען, האט עדות געזאגט, און זיין עדות זאגן איז וואר; און ער ווייסט, אז ער זאגט דעם אמת, כדי אויך איר זאלט גלויבן.
36 For these things happened to fulfill the Scripture: "Not one of his bones will be broken." ווארום דאס איז געשען, כדי דער פסוק זאל דערפילט ווערן: קיין ביין זאלט איר אים נישט צעברעכן. (שמות יב, מו.)
37 And again another Scripture says, "They will look on the one they have pierced." און ווידער אן אנדערער פסוק זאגט: זיי וועלן קוקן אויף אים, וועמען זיי האבן דורכגעשטאכן. (זכריה יב, י.)
38 Afterward, Joseph of Arimathea—a disciple of Jesus, but secretly, for fear of the Jews—asked Pilate to let him remove Jesus' body. Pilate agreed, so he came and removed it. און נאך דעם האט יוסף הרמתי, וועלכער איז געווען א פארבארגענער תלמיד פון יהושען/ישוען, אויס מורא פאר די יידן, געבעטן פילאטוסן, אז ער זאל מעגן אוועקנעמען ישועס גוף; און פילאטוס האט עס דערלויבט. ער איז דעריבער געקומען און האט אוועקגענומען זיין גוף.
39 Nicodemus, who had first come to Jesus at night, also came, bringing a mixture of myrrh and aloes, about seventy-five pounds. און נקדימון איז אויך געקומען, (דער, וואס איז דאס ערשטע מאל געקומען צו יהושען/ישוען ביינאכט) ברענגענדיק צו טראגן א געמישטע זאלב פון מירע און אלאע, אן ערך הונדערט פונט.
40 They took Jesus's body and wrapped it in linen cloths with spices, as is Jewish burial custom. און זיי האבן גענומען ישועס גוף און אים איינגעוויקלט אין תכריכים מיט די געווירצן לויט דעם מנהג ביי יידן מקבר צו זיין.
41 Where he was crucified there was a garden, and in the garden a new tomb where no one had yet been laid. און אויף דעם ארט, וואו ער איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, איז געווען א גארטן, און אין דעם גארטן א ניי קבר, אין וועלכן עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן.
42 Because it was the Jewish Preparation day, and the tomb was near, they laid Jesus there. און דארטן—צוליב דעם ערב שבת ביי יידן, ווייל דאס קבר איז געווען נאענט—האבן זיי געלייגט יהושען/ישוען.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]