Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Hebrews 10 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 The law is only a shadow of the good things to come, not the true form of those realities, and so, by the same sacrifices offered year after year without end, can never perfect those who draw near. ווארום די געזעץ, האבנדיק נאר א שאטן פון די קומענדיקע גוטע זאכן, נישט דאס רעאל סובסטאנץ פון די זאכן אליין, קען קיינמאל נישט מאכן שלמותדיק די, וואס קומען מיט די קרבנות, וואס מען איז מקריב אָן אויפהער יאר איין יאר אויס.
2 Otherwise, wouldn't they have stopped being offered, since worshipers, cleansed once, would no longer be conscious of sins? ווייל אין קעגנפאל וואלט מען דען נישט אויפגעהערט זיי צו ברענגען? צוליב דעם וואס די, וועלכע ריכטן אפ די עבודה, זייענדיק איינמאל גערייניקט געווארן, וואלטן מער נישט געהאט קיין געוויסן פון זינד.
3 But in these sacrifices there is a yearly reminder of sins. נאר אין די דאזיקע (קרבנות) איז פאראן א יערלעכע דערמאנונג פון זינד.
4 For it is impossible for the blood of bulls and goats to take away sins. ווייל דאס בלוט פון רינדער און בעק האט נישט דעם כוח אוועקצונעמען זינד.
5 Therefore, when Christ came into the world, he said: "Sacrifice and offering you did not desire, but a body you prepared for me; דערפאר, אריינקומענדיק אין דער וועלט, זאגט ער: א זבח און א מנחה האסטו נישט פארלאנגט, נאר א גוף האסטו מיר צוגעגרייט;
6 "in burnt offerings and sin offerings you took no pleasure. עולות און קרבנות פאר זינד זענען דיר נישט וואוילגעפעלן.
7 Then I said, 'Look, I have come—in the scroll of the book it is written of me—to do your will, my Father.'" דעמאלט האב איך געזאגט: אָט בין איך געקומען, אין דער מגילת ספר שטייט געשריבן וועגן מיר, צו טאן דיין רצון, אָ ג‑ט! (תהלים מ, ז-ט.)
8 Above he said, "Sacrifices, offerings, burnt offerings, and sin offerings you did not desire or delight in"—though the law requires them, זאגנדיק אויבן (ציטירן ניטציטירן) א זבח און א מנחה און עולות און קרבנות פאר זינד האסטו נישט פארלאנגט, נישט זענען זיי דיר וואוילגעפעלן, וועלכע זענען מקריב געווארן לויט דער געזעץ,
9 then he said, "Look, I have come to do your will." He removes the first to establish the second. האט ער דאן געזאגט: אָט בין איך געקומען צו טאן דיין רצון. ער האט אפגעשאפט דאס ערשטע, כדי דאס צווייטע צו באשטעטיקן,
10 By this will, we have been made holy through the offering of Jesus Christ's body, once for all. אין וועלכן רצון מיר זענען געהייליקט געווארן דורך דעם מקריב זיין פון דעם קערפער פון יהושע/ישוע המשיחן איינמאל פאר אלעמאל.
11 Every priest stands daily, serving and repeatedly offering the same sacrifices that can never remove sins. און איטלעכער כהן שטייט טאג אויס טאג איין, דינענדיק און מקריב זייענדיק די זעלביקע קרבנות, וועלכע קענען קיינמאל נישט אוועקנעמען זינד;
12 But he offered one sacrifice for sins forever, then sat down at the right hand of our Father, ער אבער, האבנדיק מקריב געווען איין קרבן פאר זינד, האט זיך אויף אייביק אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט;
13 waiting from that time until his enemies are made a footstool for his feet. ווארטנדיק פון דעמאלט אָן ביז זיינע פיינט וועלן געלייגט ווערן ווי א פוסבענקעלע צו זיינע פיס.
14 For by one offering he has perfected for all time those who are being made holy. ווארום ער האט מיט איין קרבן שלמותדיק געמאכט אויף אייביק די, וואס זענען געהייליקט געווארן.
15 And the Holy Spirit also testifies to us; for after saying, און אויך דער רוח הקודש זאגט עדות צו אונדז; ווארום נאכדעם ווי ער האט געזאגט:
16 "This is the covenant that I will make with them after those days, says our Father: I will put my laws on their hearts, and write them on their minds." דאס איז דער בונד, וואס איך וועל מאכן מיט זיי נאך יענע טעג, זאגט דער האר (ג‑ט), איך וועל געבן מיין תורה אין זייערע הערצער און אויף זייער פארשטאנד וועל איך זי שרייבן;
17 He then adds, "And their sins and their lawless deeds I will remember no more." און זייערע זינד און זייערע חטאים וועל איך מער נישט געדענקען. (ירמיהו לא, לב-לג.)
18 Now where these are forgiven, there is no longer any offering for sin. און וואו עס איז פאראן א פארגעבונג פון די דאזיקע, דארט גיבט מער נישט קיין קרבן פאר זינד.
19 So, brothers and sisters, since we have confidence to enter the holy places by Jesus' blood, דעריבער, ברידער, האבנדיק דרייסטקייט אריינצוגיין אינם קדשי קדשים דורך דעם בלוט פון יהושען/ישוען,
20 a new, living way he opened for us through the curtain—his flesh, פון (יהדות) דרך (ה׳), וועלכן ער האט פאר אונדז איינגעווייט, א נייעם און לעבעדיקן דורך דעם פרוכת, דאס הייסט זיין פלייש,
21 and since we have a great priest over the house of our Father, און (האבנדיק) א כהן גדול איבער דעם הויז פון ה׳,
22 let us draw near with a genuine heart, fully assured by faith, hearts sprinkled clean from a guilty conscience, and bodies washed with pure water. לאמיר קומען מיט אן אויפריכטיק הארץ אין דער פולקייט פון אמונה מיט אונדזערע הערצער גערייניקט פון א בייז געוויסן און מיט גופים געוואשענע אין ריין וואסער;
23 Let us hold tightly to the hope we declare, unshaken, for he who promised is faithful. לאמיר האלטן פעסט, אָן צאנקעניק, די אמונה פון דער האפענונג; ווייל געטריי איז דער, וואס האט צוגעזאגט;
24 And let us consider how to spur one another on to love and good works, און לאמיר סטימולירן איינער פון דעם אנדערן, צו וועקן צו ליבע און צו מעשים טובים;
25 not giving up meeting together, as some habitually do, but encouraging each other—even more as you see the Day approaching. נישט צו פארנאכלעסיקן אונדזער פארזאמלען זיך, ווי עס איז די געוואוינהייט פון אייניקע; נאר לאמיר מזהיר זיין איינער דעם אנדערן, און דאס אויף אזויפיל מער אויף וויפל איר זעט דעם טאג זיך דערנענטערן.
26 For if we go on sinning deliberately after receiving the knowledge of the truth, no sacrifice for sins remains, ווארום אויב מיר זינדיקן במזיד, נאכדעם ווי מיר האבן באקומען די דערקענטעניש פונם אמת, בלייבט מער נישט קיין קרבן פאר זינד,
27 but only a terrible expectation of judgment and a raging fire that will consume the adversaries. נאר א שרעקלעך ווארטן אויף דעם משפט און געפערלעך פייער, וואס וועט פארצערן די ווידערשפעניקע.
28 Anyone who rejects Moses' law dies without mercy on two or three witnesses' testimony. עמיצער, וואס איז עובר תורת משה, מוז אָן רחמנות שטארבן אויפן עדות זאגן פון צוויי אדער דריי;
29 How much worse punishment, do you think, does the one deserve who trampled the Son of our Father underfoot, treated as unholy the blood of the covenant that made him holy, and insulted the Spirit of grace? וואס פאר א הארבערע שטראף איז ווערט דער, וואס האט דעם זון פון דער אויבערשטער געטרעטן מיט די פיס און געהאלטן פאר טמא דאס בלוט פון דעם בונד, דורך וועלכן ער איז געהייליקט געווארן, און געלעסטערט דעם גייסט פון חסד.
30 For we know the one who said, "Justice is mine; I will repay," and again, "Our Father will judge his people." ווארום מיר קענען אים, וואס האט געזאגט: צו מיר געהערט נקמה, איך וועל באצאלן. און ווידער: דער האר (ג‑ט) וועט משפטן זיין פאלק. (דברים לב, לה-לו.)
31 It is a terrible thing to fall into the hands of the living Father. עס איז שרעקלעך אריינצופאלן אין די הענט פון דעם לעבעדיקן ג‑ט. (דברים ד, כד.)
32 Remember the earlier days, when after being enlightened you endured a hard struggle with suffering, דערמאנט זיך אבער די ערשטע טעג, אין וועלכע דאס ליכט איז אייך אויפגעגאנגען, דעם ראנגלעניש פון ליידן, וואס איר האט דערטראגן;
33 at times publicly shamed by insults and suffering, at times standing with those treated that way. טיילווייז זענט איר געווארן א ספעקטאקל דורך חרפות און צרות, און טיילווייז דורכן נעמען אן אנטייל מיט די, וואס זענען אזוי באהאנדלט געווארן.
34 For you suffered with prisoners and joyfully accepted your possessions being seized, knowing you yourselves had a better, lasting possession. ווארום איר האט געהאט מיטלייד מיט די געפאנגענע און מיט פרייד אנגענומען דאס אויסרויבן פון אייער האב און גוטס, וויסנדיק, אז איר האט א גרעסער פארמעגן, וואס האט א קיום.
35 So do not throw away your confidence; it holds a great reward. ווארפט זשע נישט אוועק אייער בטחון, וועלכער האט א גרויסן שכר.
36 You need endurance, so that having done our Father's will, you may receive the promise. ווארום איר נויטיקט זיך אין סבלנות, כדי ווען איר וועט האבן געטאן ה׳ס רצון, זאלט איר באקומען די הבטחה.
37 For yet "in a very little while, the coming one will come and will not delay; ווארום נאך א קליינע, קליינע וויילע, דער, וואס קומט, וועט קומען און זיך נישט זוימען.
38 but my righteous one will live by faith, and if he shrinks back, my soul takes no pleasure in him." און מיין צדיק וועט דורך אמונה לעבן; און אויב ער וועט זיך צוריקציען, האט מיין נפש נישט קיין וואוילגעפעלן אין אים. (חבקוק ב, ג-ד.)
39 But we don't belong to those who shrink back into destruction, but to those who have faith and preserve their souls. מיר אבער זענען נישט פון די, וואס ציען זיך צוריק צו פארדארבונג, נאר וואס דורך אמונה ראטעווען זייער נפש.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]