Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 4 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 While Peter and John were speaking to the people, the priests, the temple captain, and the Sadducees came up to them, און בשעת זיי האבן גערעדט צום עולם, זענען אויף זיי געקומען די כהנים און דער מיליטערישער הויפטמאן פונם בית המקדש און די צדוקים,
2 greatly annoyed because they were teaching the people and proclaiming the resurrection from the dead in Jesus. ווייל זיי זענען געווען זייער אויפגעבראכט צוליב דעם, וואס זיי לערנען דאס פאלק און זאגן אָן תחית המתים דורך יהושען/ישוען.
3 They arrested them and put them in custody until the next day, since it was already evening. און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי איינגעזעצט אין תפיסה ביז אינדערפרי; ווארום עס איז שוין געווען אוונט.
4 But many who heard the message believed, and the men's number reached about 5,000. א סך אבער וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן געגלויבט; און די צאל פון די מענער איז געווען אן ערך פינף טויזנט.
5 The next day their rulers, elders, and teachers of the law gathered together in Jerusalem, און עס איז געשען, אינדערפרי זענען זיך צונויפגעקומען זייערע שרים און די זקנים און די סופרים אין ירושלים
6 with Annas the high priest, Caiaphas, John, Alexander, and all who were of the high-priestly family. און חנן דער כהן גדול, און קיפא און יוחנן און אלעקסאנדער, און אלע, וואס זענען געווען פון דעם כהן גדולס משפחה.
7 They stood them in the middle and asked, "By what power or by what name did you do this?" און מען האט זיי אוועקגעשטעלט אין דער מיט, און געפרעגט: מיט וועלכן כוח, אדער מיט וועלכן שם האט איר דאס געטאן?
8 Then Peter, filled with the Holy Spirit, said to them, "Rulers of the people and elders, דעמאלט איז פעטרוס פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט געזאגט צו זיי: איר שרים פונם פאלק און זקנים פון ישראל,
9 if we're questioned today about a good deed to a sick man, how he was healed. אויב מען איז אונדז היינט חוקר ודורש וועגן דער טובה צום קראנקן מענטשן, דורך וואס ער איז געהיילט געווארן,
10 Know this, all of you and all Israel's people: by the name of Jesus Christ of Nazareth, whom you crucified, whom our Father raised from the dead—by him this man stands before you well. זאלט איר אלע וויסן און דאס גאנצע פאלק ישראל, אז אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח פון נצרת, וועמען איר האט אויפגעהאנגען אויף דער בוים, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט פון די טויטע, דורך דעם דאזיקן שטייט דער מאן געזונט פאר אייך.
11 This Jesus is "the stone you builders rejected, which has become the cornerstone." ער איז דאס דער שטיין, וואס איר, די בוימייסטערס, האט פארווארפן, וועלכער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל.
12 Salvation is in no one else; no other name under heaven is given among people by which we must be saved." און עס איז נישט פאראן קיין ישועה אין קיין אנדערן; ווארום עס איז נישטא אונטערן הימל קיין אנדערער נאמען, וואס איז געגעבן געווארן צווישן מענטשן, דורך וועלכן מיר זאלן געראטעוועט ווערן.
13 Seeing Peter and John's boldness, and realizing they were uneducated, ordinary men, they were amazed and recognized they had been with Jesus. און ווען זיי האבן געזען דעם מוט פון פעטרוסן און יוחנן, און האבן פארשטאנען, אז זיי זענען אומגעלערנטע און איינפאכע מענטשן, האבן זיי זיך געוואונדערט, און דערקענט, אז זיי זענען געווען מיט יהושען/ישוען.
14 Seeing the healed man standing with them, they had nothing to say against it. און זעענדיק דעם מענטשן, וואס איז געהיילט געווארן, שטיין מיט זיי, האבן זיי נישט געהאט וואס אקייגנצורעדן.
15 So they ordered them to leave the council, and then they conferred among themselves, נאר באפעלנדיק זיי ארויסצוגיין אינדרויסן פון סנהדרין, האבן זיי זיך באראטן איינער מיטן אנדערן,
16 saying, "What should we do with these men? A notable sign has happened through them, plain to all who live in Jerusalem, and we cannot deny it. אזוי צו זאגן: וואס זאלן מיר טאן מיט די דאזיקע מענטשן? ווארום אז א באקאנט נס איז דורך זיי געשען, איז קלאר צו אלע איינוואוינער פון ירושלים, און מיר קענען עס נישט אפלייקענען.
17 But to stop this from spreading further among the people, let's warn them to speak to no one in this name again." נאר כדי עס זאל זיך נישט נאך מער פארשפרייטן צווישן פאלק, לאמיר זיי מזהיר זיין מער נישט צו רעדן צו קיינעם אין דעם דאזיקן נאמען.
18 They called them and ordered them not to speak or teach at all in Jesus' name. און האבן זיי גערופן, און באפוילן אינגאנצן נישט צו רעדן און נישט צו לערנען אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע.
19 Peter and John answered them, "You judge whether it's right before our Father to listen to you rather than to him. פעטרוס אבער און יוחנן האבן ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: משפט איר, צי עס איז גערעכט פאר ה׳ אייך מער צו געהארכן ווי ה׳ (אליין);
20 For we cannot help speaking about what we have seen and heard." ווארום מיר קענען נישט אנדערש ווי רעדן דאס, וואס מיר האבן געזען און געהערט.
21 After more threats, they released them, finding no way to punish them because of the people, since all were glorifying our Father for what happened. און זיי האבן נאכאמאל זיי געווארנט, און אפגעלאזט, נישט געפינענדיק עפעס, פארוואס זיי צו באשטראפן, צוליב דעם פאלק; ווייל אלע האבן געלויבט ה׳ איבער דעם, וואס איז געשען.
22 For the man who had received this sign of healing was over forty years old. ווארום דער מענטש איז געווען עלטער ווי פערציק יאר, צו וועמען עס איז געטאן געווארן דאס דאזיקע נס פון רפואה.
23 Once released, they went to their own people and reported all the chief priests and elders had said to them. און ווערנדיק באפרייט, זענען זיי געקומען צו זייערע אייגענע און האבן דערציילט אלץ, וואס די הויפט כהנים און די זקנים האבן צו זיי געזאגט.
24 Hearing this, they raised their voices together to our Father and said, "Sovereign Father, you made heaven, earth, sea, and everything in them. און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן אלע צוזאמען אויפגעהויבן זייער קול צו ה׳, און געזאגט: אָ האר, דו ביסט עס, וואס האט באשאפן דעם הימל און די ערד און דעם ים, און אלץ, וואס איז אין זיי;
25 You spoke by the Holy Spirit through the mouth of our father David, your servant: "Why did the nations rage and the peoples plot in vain?" דו האסט געזאגט דורך דעם רוח הקודש דורך דעם מויל פון אונדזער פאטער דוד, דיין קנעכט: פארוואס צארנען די אומות (העולם), און די פעלקער טראכטן אויס פוסטקייטן?
26 The kings of the earth took their stand, and the rulers gathered together against our Father and against his Anointed." די מלכים פון דער ערד האבן זיך אויפגעשטעלט, און די פירשטן האבן זיך אינאיינעם פארזאמלט, קעגן דעם האר און קעגן זיין משיח. (תהלים ב, א-ב.)
27 For truly, in this city, Herod and Pontius Pilate gathered with the Gentiles and peoples of Israel against your holy servant Jesus, whom you anointed, ווארום באמת אין דער דאזיקער שטאט האבן זיך פארזאמלט קעגן דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע, וועמען דו האסט געזאלבט, הורדוס און פאנטיוס פילאטוס מיט די אומות (העולם) און די פעלקער ישראל,
28 to do whatever your hand and your plan had decided beforehand should happen. צו טאן וואס דיין האנט און עצה האט פארויס גוזר געווען, אז עס זאל געשען.
29 Now, Father, see their threats, and let your servants speak your word with all boldness, און איצט אָ האר, קוק אויף זייערע דראונגען, און גיב דיינע קנעכט צו רעדן דיין ווארט מיט א פולן דרייסטקייט,
30 as you reach out your hand to heal, and signs and wonders occur through the name of your holy servant Jesus. בשעת דו טוסט אויסשטרעקן דיין האנט צו היילן, און צו טאן אותות און מופתים דורך דעם נאמען פון דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע.
31 After they prayed, the place they were gathered in shook; all were filled with the Holy Spirit and spoke the word of our Father boldly. און בעת זיי האבן תפילה געטאן, האט דאס ארט געציטערט, אין וועלכן זיי זענען געווען פארזאמלט; און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש, און האבן גערעדט דאס ווארט פון ה׳ מיט דרייסטקייט.
32 All the believers were one in heart and soul; no one called any possession their own, but held everything in common. און ביי דעם רוב מאמינים איז געווען איין הארץ און איין גייסט, און קיינער האט נישט געזאגט, אז עפעס פון זיין באזיץ איז זיין אייגנס; נאר אלץ איז ביי זיי געווען געמיינשאפטלעך.
33 With great power the apostles testified to the Lord Jesus's resurrection, and great grace rested on them all. און מיט גרויס גבורה האבן די שליחים אפגעגעבן דאס עדות זאגן פון דעם האר ישועס אויפשטיין (תחית המתים); און גרויס חסד איז געווען אויף זיי אלעמען.
34 No one among them was needy: all who owned land or houses sold them and brought the price of what was sold, און עס איז נישט געווען קיין נויטליידנדער צווישן זיי, ווייל אלע, וואס האבן פארמאגט פעלדער אדער הייזער, האבן (די דאזיקע) פארקויפט, און געברענגט די פרייזן פון די פארקויפטע זאכן
35 and laid it at the apostles' feet, and it was distributed to each according to their need. און אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים; און עס איז צעטיילט געווארן צו יעדן איינעם, לויט זיינע באדערפענישן.
36 Joseph, a Levite from Cyprus, whom the apostles called Barnabas (which means Son of Encouragement), און יוסף, וואס האט געקריגן פון די שליחים דעם ביינאמען בר‑נבא (דאס הייסט, זון פון טרייסט), א לוי, געבוירן אין קפריסין,
37 sold a field he owned, brought the money, and laid it at the apostles' feet. באזיצנדיק א פעלד, האט עס פארקויפט, און געברענגט דאס געלט, און עס אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]