Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 5 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Now a man named Ananias, together with his wife Sapphira, sold a piece of property. א געוויסער מאן אבער מיטן נאמען חנניה, מיט שפירה זיין ווייב, האט פארקויפט א פארמעגן,
2 He kept back part of the proceeds for himself, with his wife aware, and brought only a portion, laying it at the apostles' feet. און אראפגענומען פון דעם פרייז, מיטן וויסן פון זיין ווייב, און א חלק געברענגט און אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים.
3 But Peter said, "Ananias, why has Satan filled your heart to lie to the Holy Spirit and keep back part of the land's price? פעטרוס אבער האט געזאגט: חנניה, פארוואס האט דער שׂטן אנגעפילט דיין הארץ, צו זאגן א ליגן צום רוח הקודש און אראפצונעמען פונם פרייז פון פעלד?
4 Wasn't it yours while unsold? After selling, wasn't the money yours to control? Why did you plan this in your heart? You didn't lie to people, but to our Father." צי איז עס דען נישט געווען דיין אייגנס, ווען דו האסט עס געהאט? און נאכן פארקויפן, צי איז עס דען נישט געווען אין דיין רשות? פארוואס האסטו באשלאסן אין דיין הארצן די דאזיקע זאך? דו האסט נישט געלייקנט פאר מענטשן, נאר פאר ה׳.
5 Hearing these words, Ananias fell down and died; great fear seized all who heard. און ווען חנניה האט געהערט די דאזיקע ווערטער, איז ער אנידערגעפאלן און אויסגעגאנגען; און א גרויסע מורא איז געקומען איבער אלע, וואס האבן דאס געהערט.
6 Then the young men rose, wrapped up his body, carried him out, and buried him. און די יונגעלייט זענען אויפגעשטאנען, האבן אים אנגעטאן תכריכים, און אים ארויסגעטראגן און קובר געווען.
7 About three hours later his wife came in, not knowing what had happened. און נאך א פארלויף פון אן ערך דריי שעה איז זיין ווייב אריינגעקומען, נישט וויסנדיק וואס עס איז געשען.
8 Peter asked her, "Tell me, did you sell the land for this much?" She said, "Yes, for that much." און פעטרוס האט צו איר געזאגט: זאג מיר, צי האט איר פאר כך‑וכך פארקויפט דאס פעלד? און זי האט געזאגט: יא, פאר כך‑וכך.
9 Then Peter said to her, "Why did you conspire to test the Spirit of our Father? Look, the feet of those who buried your husband are at the door, and they'll carry you out too." האט פעטרוס צו איר געזאגט: פארוואס האט איר איינגעשטימט צווישן זיך אויסצופרואוון דעם גייסט פון דעם האר? אָט זע, די פיס פון די, וואס האבן באגראבן דיין מאן, זענען ביי דער טיר, און זיי וועלן דיך (אויך) ארויסטראגן.
10 At once she fell at his feet and died. The young men came in, found her dead, carried her out, and buried her beside her husband. און זי איז גלייך אנידערגעפאלן צו זיינע פיס און אויסגעגאנגען; און די יונגעלייט זענען אריינגעקומען און האבן זי געפונען א טויטע, און, ארויסטראגנדיק, האבן זיי זי קובר געווען ביי איר מאן.
11 And great fear came upon the whole church and upon all who heard of these things. און עס איז געקומען א גרויסע מורא איבער דער גאנצער קהילה און איבער אלע, וואס האבן דאס געהערט.
12 Many signs and wonders happened among the people through the apostles' hands. They all gathered together in Solomon's Portico. און דורך די הענט פון די שליחים זענען געשען א סך אותות און מופתים צווישן דעם פאלק; און אלע זענען געווען צוזאמען אין דעם אולם של שלמה.
13 None of the rest dared to join them, but the people held them in high honor. פון די איבריקע אבער האט קיינער זיך נישט אונטערגעשטעלט צו באהעפטן צו זיי, נאר דאס פאלק האט זיי געהאלטן זייער טייער;
14 Even more believers were added to the Lord—crowds of men and women, און די מאמינים אינם האר האבן זיך פיל פארמערט, מאסן מענער און אויך פרויען;
15 so they even carried the sick into the streets and put them on cots and mats, hoping that at least Peter's shadow might fall on some of them as he passed. אזוי, אז מען פלעגט ארויסטראגן קראנקע אויף די גאסן, און זיי געלייגט אויף בעטן און געלעגערס, כדי ווען פעטרוס וועט קומען, זאל ווייניקסטנס זיין שאטן פאלן אויף עמיצן פון זיי.
16 Crowds also came from towns around Jerusalem, bringing the sick and those tormented by unclean spirits, and all were healed. און א המון מענטשן איז זיך צוזאמענגעקומען אין ירושלים פון די שטעט ארום, ברענגענדיק צו טראגן שלאפע און געפלאגטע פון אומריינע גייסטער, וועלכע זענען אלע געהיילט געווארן.
17 The high priest rose up, and all with him, the Sadducee party, and they were filled with jealousy. און דער כהן גדול איז אויפגעשטאנען און אלע, וואס זענען געווען מיט אים (דאס איז די כיתה פון די צדוקים), און זענען פול געווארן מיט קנאה,
18 They arrested the apostles and put them in the public prison. און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף די שליחים, און זיי איינגעזעצט אין דער שטאטישער תפיסה.
19 But at night an angel of our Father opened the prison doors, led them out, and said, און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט ביינאכט אויפגעעפנט די טירן פון דעם געפענקעניש, און זיי ארויסגעפירט, און געזאגט:
20 "Go, stand in the temple and speak to the people all the words of this Life." גייט, שטעלט זיך און רעדט אין בית המקדש צום פאלק אלע רייד פון דעם דאזיקן לעבן.
21 Hearing this, they went into the temple at dawn and began teaching. When the high priest and those with him arrived, they convened the council—the full assembly of elders of Israel—and sent to the jail to have them brought. און ווען זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי אינדערפרי אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האבן געלערנט. אבער דער כהן גדול איז געקומען און די, וואס זענען געווען מיט אים, און האבן צונויפגערופן דאס סנהדרין און אלע זקנים פון די בני ישראל, און געשיקט צו דער תפיסה, מען זאל זיי ברענגען.
22 But the guards found no one there when they arrived; they returned and reported, און די משרתים זענען אהינגעגאנגען און האבן זיי נישט געפונען אין תפיסה, און האבן זיך אומגעקערט און דערציילט, אזוי צו זאגן:
23 "We found the prison locked tight, guards standing at the doors, but opening them, found no one inside." מיר האבן געפונען דאס געפענקעניש פעסט פארשלאסן און די שומרים שטיין ביי די טירן; אבער אויפעפנענדיק, האבן מיר אינעווייניק קיינעם נישט געפונען.
24 Hearing this, the temple guard captain and chief priests were baffled, wondering where it would lead. און ווי דער מיליטערישער הויפטמאן פונם בית המקדש און די הויפט כהנים האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, זענען זיי פארצווייפלט געווארן איבער זיי, וואס עס וועט פון דעם דאזיקן ווערן.
25 Someone came and reported, "Look, the men you jailed are standing in the temple teaching the people!" דאן איז עמיצער געקומען און זיי דערציילט: זע, די מענער, וועמען איר האט איינגעזעצט אין תפיסה, זענען אינם בית המקדש, און שטייען און לערנען דאס פאלק.
26 Then the captain and officers went and brought them, without force, fearing the people would stone them. דעמאלט איז דער מיליטערישער הויפטמאן אוועק צוזאמען מיט די משרתים, און זיי געברענגט, (דאך) נישט מיט געוואלד; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק, מען זאל זיי נישט שטייניקן.
27 When they had brought them, they set them before the council. And the high priest questioned them, און האבן זיי געברענגט און אוועקגעשטעלט פארן סנהדרין. און דער כהן גדול האט זיי געפרעגט,
28 saying, "We strictly ordered you not to teach in this name, yet you've filled Jerusalem with your teaching and intend to bring this man's blood on us." אזוי צו זאגן: האבן מיר אייך נישט שטרענג באפוילן, נישט צו לערנען אין דעם דאזיקן נאמען, און זע, איר האט אנגעפילט ירושלים מיט אייער לערנונג, און ווילט איר ברענגען אויף אונדז דאס בלוט פון דעם דאזיקן מענטשן?
29 But Peter and the apostles answered, "We must obey our Father rather than men. און פעטרוס און די שליחים האבן ענטפערנדיק געזאגט: ה׳ מוז מען מער געהארכן ווי מענטשן.
30 The God of our fathers raised Jesus, whom you killed by hanging him on a tree. דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען, וועמען איר האט גענומען און אויפגעהאנגען אויף א בוים.
31 Our Father exalted him to his own right hand as Ruler and Savior, to give Israel repentance and forgiveness of sins. אים האט ה׳ דערהייבט מיט זיין רעכטער האנט, (צו זיין) א שר און א גואל, צו געבן צו ישראל תשובה און סליחת חטאים.
32 We are witnesses of these things, and so is the Holy Spirit, whom our Father gave to those who obey him." און מיר זענען עדות פון די דאזיקע ווערטער, און דער רוח הקודש, וועלכן ה׳ האט געגעבן צו די, וואס געהארכן אים.
33 When they heard this, they were enraged and wanted to kill them. און הערנדיק דאס, האט עס זיי געשטאכן אין זייערע הערצער, און זיי האבן געוואלט זיי טייטן.
34 But a Pharisee named Gamaliel, a law teacher honored by all the people, stood up in the council and ordered the men taken outside briefly. נאר עס איז אויפגעשטאנען א געוויסער מאן אינם סנהדרין, א פרוש, וואס האט געהייסן גמליאל, א תנא, הויך געאכט ביים גאנצן פאלק, און האט באפוילן מען זאל די מענטשן ארויספירן אויף א וויילע.
35 He told them, "Israelites, think carefully about what you're about to do with these men. דאן האט ער געזאגט צו זיי: מענער פון ישראל, זייט פארזיכטיק וואס שייך די דאזיקע מענטשן, וואס איר גייט טאן.
36 Before this, Theudas appeared, claiming to be somebody; about 400 men followed him. He was killed, his followers all scattered, and it came to nothing. ווארום פאר די דאזיקע טעג איז אויפגעשטאנען תודס, זאגנדיק, אז ער איז עפעס; צו וועמען עס האבן זיך באהאפטן אין צאל אן ערך פיר הונדערט מענטשן; ער איז געהרגעט געווארן; און אלע, וואס האבן אים געפאלגט, זענען צעשפרייט און צונישט געווארן.
37 After him, Judas the Galilean rose up during the census and drew people away after him. He too died, and all who followed him were scattered. נאך דעם איז אויפגעשטאנען יהודה הגלילי, אין די טעג פון דער רעגיסטרירונג, און האט פארפירט נאך זיך אן אנגעזעענעם טייל פונם פאלק; אויך ער איז פארלוירן געווארן, און אלע, וואס האבן אים געהארכט, זענען צעשפרייט געווארן.
38 Now I tell you: stay away from these men and leave them alone. If this plan or work is from men, it will fail. און איצט זאג איך אייך: האלט זיך צוריק פון די דאזיקע מענטשן, און לאזט זיי אפ: ווייל אויב די דאזיקע עצה אדער די דאזיקע זאך איז פון מענטשן, וועט זי צעשטערט ווערן.
39 But if it's from our Father, you won't be able to overthrow them; you might even find yourselves fighting our Father." So they were persuaded by him. נאר אויב זי איז פון ה׳, וועט איר זיי נישט קענען שטערן; טאמער וועט איר געפונען ווערן ראנגלענדיק אויך קעגן ה׳. און זיי האבן אים געהארכט;
40 Persuaded by him, they called in the apostles, beat them, ordered them not to speak in the name of Jesus, and released them. און רופנדיק די שליחים און שלאגנדיק זיי מלקות, האבן זיי באפוילן, אז זיי זאלן נישט רעדן אין ישועס נאמען, און האבן זיי אפגעלאזט.
41 So they left the council, rejoicing they'd been counted worthy to be shamed for the name. און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון פאר דעם סנהדרין, פרייענדיק זיך וואס זיי האבן ווערטיק געווען מבזה צו ווערן צוליב דעם נאמען.
42 Every day, in the temple and house to house, they never stopped teaching and proclaiming the good news: the Christ is Jesus. און יעדן טאג, סאי אין בית המקדש סאי פון הויז צו הויז, האבן זיי נישט אויפגעהערט צו לערנען און אנצוזאגן די בשורה פון דעם משיח יהושע/ישוע.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]