Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 1 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 In my first book, Theophilus, I wrote about everything Jesus began to do and teach, דעם ערשטן באריכט האב איך געמאכט, אָ טעאפילוס, וועגן אלעם, וואס יהושע/ישוע האט אנגעהויבן צו טאן און צו לערנען,
2 until the day he was taken up, having given commands through the Holy Spirit to the apostles he had chosen. ביז צום טאג, ווען ער איז ארויפגענומען געווארן, נאך דעם ווי ער האט דורך דעם רוח הקודש געבאטן די שליחים, וועלכע ער האט אויסדערוויילט;
3 After his suffering, he showed himself alive to them through many proofs, appearing to them forty days, speaking of our Father's kingdom. צו וועמען נאך זיין ליידן ער האט זיך באוויזן לעבעדיק דורך א סך זיכערע באווייזן, דערשיינענדיק צו זיי במשך פון פערציק טעג און רעדנדיק וועגן דעם, וואס האט א שייכות צום קעניגרייך פון ה׳;
4 While staying with them, he ordered them not to leave Jerusalem but to wait for my Father's promise—"which," he said, "you heard from me; און ווען זיי זענען געווען פארזאמלט, האט ער זיי באפוילן נישט אוועקצוגיין פון ירושלים, נאר צו ווארטן אויף דער הבטחה פונם פאטער, וועלכע—האט ער געזאגט—איר האט געהערט פון מיר;
5 for John baptized with water, but within a few days you will be baptized with the Holy Spirit." ווייל יוחנן האט געטובלט מיט וואסער אין דער מקווה, איר אבער וועט געטובלט ווערן אין דער מקווה מיט דעם רוח הקודש נישט אין פיל טעג ארום.
6 So, gathered together, they asked, "Lord, will you restore the kingdom to Israel now?" דעריבער, ווען זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, האבן זיי אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: האר, צי וועסטו אין דער דאזיקער צייט ווידער אויפריכטן דאס מלכות צו ישראל?
7 He said to them, "You're not to know times or seasons that my Father has set by his own authority. האט ער צו זיי געזאגט: עס איז נישט אייער זאך צו וויסן די צייטן אדער זמנים, וועלכע דער פאטער האט פעסטגעזעצט אין זיין מאכט.
8 But when the Holy Spirit falls on you, you'll gain power to be my witnesses—in Jerusalem, all Judea, Samaria, and earth's farthest reaches." נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.
9 After he said these things, as they watched, he was lifted up, and a cloud took him from their sight. און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ארויפגענומען געווארן, און זיי האבן עס געזען, און א וואלקן האט אים אוועקגענומען פון זייערע אויגן.
10 As they stared into heaven while he went, suddenly two men in white clothes stood beside them. און ווי זיי האבן אזוי פעסט געקוקט צום הימל, בשעת ער איז אוועק ארויף, זע, ביי זיי זענען געשטאנען צוויי מענער אין ווייסע קליידער;
11 They said, "Galileans, why stare at the sky? This Jesus, taken from you into heaven, will return exactly as you saw him go." וועלכע האבן אויך געזאגט: איר מענער פון גליל, וואס שטייט איר און קוקט ארויף צום הימל? דער דאזיקער יהושע/ישוע, וואס איז ארויפגענומען געווארן פון אייך אין הימל אריין, וועט אויף אזא אופן קומען, ווי איר האט אים געזען ארויפגיין אין הימל אריין.
12 Then they returned to Jerusalem from the Mount called Olivet, near Jerusalem, about a half-mile away. דעמאלט האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים פונם בארג, וואס הייסט הר הזיתים, וועלכער איז נאענט פון ירושלים א שטח א תחום שבת.
13 Entering, they went up to the upstairs room where they stayed: Peter, John, James, Andrew, Philip, Thomas, Bartholomew, Matthew, James son of Alphaeus, Simon the Zealot, and Judas son of James. און ווען זיי זענען אריינגעקומען, זענען זיי ארויפגעגאנגען אין דער אויבערשטוב, וואו פעטרוס און יוחנן און יעקב און אנדריי, פיליפוס און תומא, בר‑תלמי און מתתיהו, יעקב בן חלפי און שמעון הקנאי און יהודה בן יעקב האבן געוואוינט.
14 All these persisted together in prayer, with the women, Mary the mother of Jesus, and his brothers. די אלע האבן איינשטימיק אנגעהאלטן אין תפילה טאן, צוזאמען מיט די פרויען, און מרים ישועס מוטער און מיט זיינע ברידער.
15 In those days Peter stood up among the brothers (about 120 in all) and said, און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—
16 "Brothers, the Scripture the Holy Spirit spoke beforehand through the mouth of David about Judas—who became guide to those who arrested Jesus—had to be fulfilled. ברידער, עס האט געמוזט דערפילט ווערן דער פסוק, וואס דער רוח הקודש האט פארויסגעזאגט דורך דודס מויל וועגן יהודהן, וועלכער איז געווארן א וועגווייזער פאר די, וואס האבן געפאנגען גענומען יהושען/ישוען.
17 For he was numbered among us and was allotted his share in this ministry." ווייל ער איז געווען געציילט מיט אונדז און האט באקומען זיין חלק אין דער דאזיקער עבודה.
18 (This man bought a field with the pay for his wrongdoing, then fell headfirst, burst open in the middle, and all his insides spilled out. דער דאזיקער האט זיך דערווארבן א פעלד פארן שכר פון זיין רשעות, און איז אנידערגעפאלן מיטן קאפ אראפ און איז צעפלאצט געווארן אין דער מיט, און אלע זיינע געדערעם זענען ארויס.
19 This became known to everyone living in Jerusalem, so the field was named in their language Akeldama, that is, Field of Blood.). און דאס דאזיקע איז באקאנט געווארן צו אלע איינוואוינער אין ירושלים, אזוי, אז אין זייער אייגענעם דיאלעקט ווערט יענץ פעלד אנגערופן חקל דמא, דאס הייסט א פעלד פון בלוט.
20 "For it's written in the Book of Psalms: 'Let his camp become empty, with no one living there,' and 'Let another take his position.' ווארום עס שטייט געשריבן אין ספר תהלים: זאל זיין וואוינונג ווערן א מדבר, און זאל זיך קיין איינוואוינער נישט געפינען אין איר; און; זיין אויפזיכט זאל אן אנדערער איבערנעמען. (תהלים סט, כו; קט, ח.)
21 So one of the men who accompanied us all along, while the Lord Jesus went in and out among us, עס איז דעריבער נויטווענדיק, אז איינער פון די דאזיקע מענער, וואס האבן אונדז באגלייט די גאנצע צייט, אין וועלכער דער האר יהושע/ישוע איז אריינגעגאנגען און ארויסגעגאנגען צווישן אונדז,
22 from John's baptism until the day he was taken up from us—one of these must become with us a witness to his resurrection." אנהויבנדיק פון יוחננס מקווה ביז צום טאג, ווען ער איז פון אונדז ארויפגענומען געווארן, זאל זיין אן עדות מיט אונדז פון זיין תחית המתים.
23 And they put forward two—Joseph called Barsabbas, who was also called Justus, and Matthias. און זיי האבן געשטעלט צוויי, יוספן, וועמען מען האט גערופן בר‑שבא, און האט געהאט דעם צונאמען יוסטוס, און מתיה.
24 They prayed and said, "You, Lord Jesus, who know all hearts, show which one of these two you chose, און האבן תפילה געטאן און געזאגט: דו, אָ האר, וואס ווייסט אלעמענס הערצער, ווייז וועלכן דו האסט אויסדערוויילט פון די דאזיקע צוויי,
25 to take the place in this ministry and apostleship that Judas left to go to his own place. איינעם, וואס זאל איבערנעמען דאס ארט פון דער דאזיקער עבודה און שליחות, פון וועלכער יהודה איז אפגעפאלן, כדי צו גיין אויף זיין אייגן ארט.
26 They cast lots for them; the lot fell to Matthias, and he was counted with the eleven apostles." און האבן געווארפן גורל פאר זיי, און דאס גורל איז אויסגעפאלן אויף מתיה; און ער איז צוגערעכנט געווארן צו די עלף שליחים.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]