Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Acts 2 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 When the day of Pentecost arrived, they were all together in one place. און ווען עס איז געקומען דער טאג פון שבועות, זענען אלע געווען פארזאמלט אויף איין ארט.
2 Suddenly a sound like a violent, rushing wind came from heaven and filled the entire house where they sat. און פלוצלונג איז געווארן א רעש פון הימל, ווי פון א גיכן און געוואלדיקן שטורמווינט, און האט אנגעפילט דאס גאנצע הויז, וואו זיי זענען געזעסן.
3 What looked like divided tongues of fire appeared and rested on each one of them. און עס האבן זיך באוויזן צו זיי צעטיילטע צונגען ווי פון פייער, און האבן זיך געזעצט אויף יעדן איינעם פון זיי.
4 All were filled with the Holy Spirit and began speaking in other tongues, as the Spirit gave them words to say. און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האבן אנגעהויבן רעדן אויף אנדערע לשונות, לויט ווי דער גייסט האט זיי געגעבן זיך אויסצודריקן.
5 At that time devout Jews from every nation under heaven were living in Jerusalem. און אין ירושלים האבן געוואוינט יידן, יראישמים, פון אלע פעלקער אונטערן הימל.
6 When this sound rang out, a crowd gathered, confused, since each one heard them speak in his own language. און ווען דאס דאזיקע קול (פונם רעש) איז געקומען, האט זיך דער המון עם פארזאמלט און איז צוטומלט געווארן, ווייל יעדער איינער האט זיי געהערט רעדן אויף זיין אייגן לשון.
7 They were amazed and astonished, saying, "Are not all these who are speaking Galileans? און זיי זענען דערשטוינט געווארן און האבן זיך געוואונדערט, אזוי צו זאגן: אָט זעט, צי זענען דען נישט אלע די דאזיקע, וואס רעדן, מענטשן פון גליל?
8 How is it, then, that each of us hears them in our own native language? און וויאזוי (איז עס, אז) מיר הערן יעדער איינער אין אונדזער אייגענער שפראך, אין וועלכער מיר זענען געבוירן געווארן?
9 Parthians, Medes, and Elamites; those who live in Mesopotamia, Judea and Cappadocia, Pontus and Asia, פרתיים און מעדער און עלאמיטן, און די איינוואוינער פון ארם נהרים, יהודה, קאפאדאציע, פאנטוס און (קליין) אזיען,
10 Phrygia, Pamphylia, Egypt, the parts of Libya near Cyrene; visitors from Rome, Jews and converts to Judaism; פריגיען און פאמפיליען, מצרים און די טיילן פון ליביען ביי קירניה, און די געקומענע פון רוים,
11 Cretans and Arabs—we hear them telling in our own tongues the mighty works of our Father!" יידן און גרים, קרעטער און אראבערן; מיר הערן זיי רעדן אויף אונדזערע לשונות (וועגן) די גרויסע מעשים פון ה׳.
12 They were all amazed and perplexed, saying to one another, "What does this mean?" און אלע זענען געווארן אויסער זיך און צוטומלט, און האבן געזאגט איינער צום אנדערן: וואס זאל דאס באטייטן?
13 But others mocked and said, "They are full of sweet wine." אנדערע אבער, אפשפאטנדיק, האבן געזאגט: זיי זענען פול מיט זיסן וויין.
14 But Peter stood with the eleven, raised his voice, and declared to them: "Men of Judea, everyone living in Jerusalem—know this and listen carefully to my words. אבער פעטרוס, אויפשטעלנדיק זיך צוזאמען מיט די עלף, האט אויפגעהויבן זיין קול און צו זיי געזאגט: איר מענער פון יהודה און אלע איינוואוינער פון ירושלים, זייט דאס וויסן, און נייגט אייערע אויערן צו מיינע ווערטער.
15 These people are not drunk, as you suppose, for it is only nine o'clock in the morning. ווארום די דאזיקע זענען נישט, ווי איר מיינט, שכור, ווייל עס איז (איצט בלויז) די דריטע שעה פון טאג.
16 No, this is what was spoken through the prophet Joel: נאר דאס איז, וואס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא יואל:
17 'And in the last days, says our Father, I will pour out my Spirit on all people; your sons and your daughters will prophesy, your young men will see visions, and your old men will dream dreams. און עס וועט געשען אין די לעצטע טעג, זאגט ה׳, איך וועל אויסגיסן פון מיין גייסט אויף יעדן בשר (ודם); און אייערע זין און אייערע טעכטער וועלן נבואות זאגן, און אייערע יונגעלייט וועלן זען חזיונות, און אייערע זקנים וועלן חלומען חלומות,
18 Even on my male servants and my female servants in those days I will pour out my Spirit, and they will prophesy. און אפילו אויף מיינע קנעכט און דינסטן וועל איך אויסגיסן פון מיין גייסט אין יענע טעג, און זיי וועלן נבואות זאגן.
19 I will show wonders in the heavens above and signs on the earth below—blood and fire and billows of smoke. איך וועל געבן מופתים אויבן אין הימל און אותות אונטן אויף דער ערד, בלוט און פייער און א וואלקן רויך.
20 The sun will be turned to darkness and the moon to blood, before the great and glorious day of the Lord comes. די זון וועט פארקערט ווערן אין פינצטערניש און די לבנה—אין בלוט, איידער עס וועט קומען דער גרויסער און מוראדיקער טאג פון דעם האר.
21 And everyone who calls on the name of the Lord will be saved.'" און עס וועט געשען, אז יעדער איינער, וואס וועט אנרופן דעם נאמען פון דעם האר, וועט געראטעוועט ווערן. (יואל ג, א-ה.)
22 "Men of Israel, hear these words: Jesus of Nazareth—a man our Father attested to you through miracles, wonders, and signs our Father did through him among you, as you yourselves know. מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין,
23 This man, handed over by our Father's set plan and foreknowledge, you crucified and killed by the hands of lawless men. דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט;
24 But our Father raised him, freeing him from death's agony, since death could not hold him. אים האט ה׳ אויפגעוועקט, אויפלויזנדיק די יסורים פון טויט, ווייל עס האט נישט געקענט זיין, אז ער זאל פון אים געהאלטן ווערן.
25 For David says of him: 'I saw our Father always before me, for he's at my right hand, so I won't be shaken.' ווארום דוד (המלך) זאגט אויף אים: געזען האב איך דעם האר תמיד פאר מיר, דען ער איז אויף מיין רעכטער האנט, כדי איך זאל מיך נישט וואקלען.
26 Therefore my heart was glad and my tongue rejoiced; moreover, my body also will rest in hope. דערפאר האט מיין הארץ זיך משמח געווען און מיין צונג האט זיך געפריידט, און עס וועט נאך מיין לייב רוען אויף האפענונג;
27 For you will not abandon my soul to the grave, nor let your Holy One see decay. ווייל דו וועסט נישט איבערלאזן מיין נפש אין שאול (תחתית), דו וועסט אויך נישט דערלאזן דיין הייליקן צו זען פארדארבונג.
28 You have shown me the paths of life; you will fill me with gladness in your presence." דו האסט מיר באקאנט געמאכט די וועגן פון לעבן, דו וועסט מיך זאט מאכן מיט פרייד פאר דיין פנים. (תהלים טז, ח-יא.)
29 "Brothers, I can tell you plainly: our ancestor David died, was buried, and his tomb remains with us to this day. ברידער, לאזט מיך רעדן צו אייך מיט דרייסטקייט וועגן דעם שטאמפאטער דוד, אז ער איז נפטר געווארן און מען האט אים באגראבן, און זיין קבר איז ביי אונדז ביז צום היינטיקן טאג.
30 Since he was a prophet, he knew our Father had sworn an oath to seat one of his descendants on his throne, זייענדיק אבער א נביא און וויסנדיק, אז מיט א שבועה האט ה׳ אים צוגעשוואוירן, צו מאכן זיצן אויף זיין טראן (איינעם) פון דער פרוכט פון זיינע לענדן (תהלים קלב, יא; פט, ד-ה; שמואל ב ז, יב-יג.),
31 he foresaw and spoke of the Christ's resurrection, that he was not abandoned to the grave, nor his body saw decay. פארויסזעענדיק דאס, האט ער גערעדט בנוגע דעם משיחס תחית המתים, אז ער איז נישט איבערגעלאזט געווארן אין שאול, און אז זיין פלייש האט נישט געזען פארדארבונג.
32 This Jesus our Father raised up, and we are all witnesses of it. דעם דאזיקן יהושע/ישוע האט ה׳ אויפגעשטעלט, פון וועלכן מיר אלע זענען עדות.
33 So, lifted up to our Father's right hand, having received the promised Holy Spirit from the Father, he poured out what you now see and hear. דעריבער, אזוי ווי ער איז דערהויבן געווארן צו ה׳ס רעכטער האנט און האט באקומען די הבטחה פונם פאטער וואס שייך דעם רוח הקודש, האט ער דאס אויסגעגאסן, וואס איר זעט איצט און הערט.
34 For David never went up into heaven, but he himself says: "Our Father said to my Lord, 'Sit at my right hand, ווארום דוד איז נישט ארויפגעגאנגען אין הימל אריין, דען ער אליין זאגט: דער האר האט געזאגט צו מיין האר: זיץ ביי מיין רעכטער זייט,
35 until I make your enemies a footstool for your feet.'" ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס. (תהלים קי, א.)
36 "So let the whole house of Israel know for certain: our Father made this Jesus, whom you crucified, both Lord and Christ." דעריבער זאל דאס גאנצע בית ישראל זיכער וויסן, אז דעם דאזיקן יהושע/ישוע, וועמען איר האט אויפגעהאנגען אויף דער בוים, האט ה׳ געמאכט סאי פאר האר סאי פאר משיח.
37 Cut to the heart at this, they asked Peter and the other apostles, "Brothers, what should we do?" און ווי זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי עס זיך גענומען צום הארצן, און געזאגט צו פעטרוסן און צו די איבריקע שליחים: ברידער, וואס זאלן מיר טאן?
38 Peter said to them, "Repent, and each of you be baptized in the name of Jesus Christ for the forgiveness of your sins, and you will receive the gift of the Holy Spirit. און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש.
39 For the promise is for you, your children, and all far off—as many as the Sovereign our Father will call to himself." ווארום די הבטחה איז צו אייך און צו אייערע קינדער, און צו אלע, וואס זענען פון ווייטן, וועלכע דער האר אונדזער ג‑ט וועט רופן.
40 And with many other words he warned and urged them, saying, "Save yourselves from this corrupt generation." און מיט נאך א סך אנדערע רייד האט ער עדות געזאגט און זיי מזהיר געווען, זאגנדיק: ראטעוועט זיך פון דעם דאזיקן פארקרימטן דור.
41 So those who welcomed his message were baptized, and about 3,000 people were added that day. און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות.
42 They devoted themselves to the apostles' teaching and deep communion, to the breaking of bread and the prayers. און זיי האבן שטענדיק עוסק געווען אין דער לערנונג פון די שליחים און אין דער חברותאשאפט, אין ברויט ברעכן און אין די תפילות.
43 Awe came over everyone, and many wonders and signs were done through the apostles. און עס איז געקומען א מורא אויף יעדן נפש, און א סך מופתים און אותות זענען געשען דורך די שליחים.
44 All who believed were together and had all things in common. און אלע מאמינים זענען געווען צוזאמען, און האבן אלץ געהאט געמיינזאם;
45 They sold their property and possessions and distributed the proceeds to all, as anyone needed. און האבן פארקויפט זייער האב און גוטס און עס צעטיילט צו אלעמען, לויט ווי יעדער איינער האט זיך גענייטיקט.
46 Every day, devoting themselves together in the temple, breaking bread house to house, they shared food with joyful, sincere hearts, און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן,
47 praising our Father, with favor among all the people. The Lord added to their number daily those being saved. לויבנדיק ה׳ און געפינענדיק חן ביים גאנצן פאלק. און יעדן טאג האט דער האר מוסיף געווען צו זיי די, וואס זענען געראטעוועט געווארן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]