Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

2 John 1 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 The elder, to the chosen lady and her children, whom I love in truth—not only I, but all who know the truth, דער זקן צו דער אויסדערוויילטער הארינטע און צו אירע קינדער, וועלכע איך האב באמת ליב; און נישט בלויז איך אליין, נאר אויך אלע, וואס האבן דערקענט דעם אמת;
2 because of the truth that lives in us and will be with us forever. צוליב דעם אמת, וואס בלייבט אין אונדז, און וועט זיין מיט אונדז ביז אויף אייביק;
3 Grace, mercy, and peace will be with us from our Father and from Jesus Christ, our Father's Son, in truth and love. חסד, רחמים, שלום, זאל זיין מיט אונדז, פון ג‑ט דעם פאטער, און פון יהושע/ישוע המשיחן דעם זון פון דעם פאטער, אין ווארהאפטיקייט און אין ליבע.
4 I was overjoyed to find some of your children walking in truth, as our Father commanded us. איך האב מיך זייער געפריידט, אז איך האב געפונען (אייניקע) פון דיינע קינדער גיין אינם אמת, לויט ווי מיר האבן באקומען א געבאט פון דעם פאטער.
5 Now I ask you, dear lady: not a new command, but one we've had from the start—love one another. און איצט בעט איך דיך, הארינטע, נישט ווי איך וואלט דיר געשריבן א ניי געבאט, נאר דאס, וואס מיר האבן געהאט פון אנהויב אָן, אז מיר זאלן ליב האבן איינס דאס אנדערע.
6 This is love: that we walk by his commands. This is the command, as you heard from the beginning: that you walk in love. און דאס דאזיקע איז די ליבע: אז מיר זאלן לעבן לויט זיינע געבאטן. דאס דאזיקע איז דאס געבאט, ווי איר האט געהערט פון אנהויב אָן, אז איר זאלט לעבן דערין.
7 For many deceivers have gone out into the world, denying that Jesus Christ came in the flesh. This is the deceiver and the antichrist. ווייל א סך פארפירער זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין, וועלכע זענען נישט מודה, אז יהושע/ישוע המשיח איז געקומען אינם פלייש. דאס איז דער פארפירער און אנטי‑משיח.
8 Watch yourselves, so that you don't lose what we have worked for, but receive a full reward. היט זיך, אז איר זאלט נישט פארלירן, וואס מיר האבן דערווארבן, נאר נעמט אפ א פולן שכר.
9 Anyone who oversteps, not remaining in Christ's teaching, lacks our Father; whoever remains in the teaching has both our Father and the Son. יעדער איינער, וועלכער איז עובר און בלייבט נישט אין דער לערנונג פון דעם משיח, האט נישט ה׳; ווער עס בלייבט יא אין דער לערנונג, דער האט סאי דעם פאטער סאי דעם זון.
10 If someone comes to you without this teaching, don't welcome them into your home or greet them, אויב איינער קומט צו אייך און ברענגט נישט די דאזיקע לערנונג, זאלט איר אים נישט אויפנעמען אין הויז אריין, און נישט אפגעבן קיין שלום;
11 for whoever greets him shares in his evil deeds. ווארום ווער עס גיט אים אפ שלום, דער האט א חלק אין זיינע בייזע מעשים.
12 I have much to write, but I'd rather not use paper and ink. I hope to come and speak with you face to face, so our joy may be complete. האבנדיק א סך צו שרייבן צו אייך, האב איך עס (אבער) נישט געוואלט (טאן) מיט פאפיר און טינט; נאר איך האף צו קומען צו אייך און צו רעדן מויל צו מויל, כדי אונדזער פרייד זאל זיין פול.
13 The children of your chosen sister greet you. עס געבן דיר אפ שלום די קינדער פון דיין שוועסטער, דער אויסדערוויילטער.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]