Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

1 John 5 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Everyone who believes Jesus is the Christ has been born of our Father, and everyone who loves the Father who gives birth loves the child born of him. יעדער איינער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער איז געבוירן פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב דעם, וואס האט געבוירן, האט אויך ליב דעם, וואס איז געבוירן געווארן פון אים.
2 By this we know we love the children of our Father: when we love our Father and keep his commands. דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז מיר האבן ליב ה׳ס קינדער, ווען מיר האבן ליב ה׳ און טאן זיינע געבאטן.
3 This is love of our Father: that we keep his commands, and his commands aren't burdensome. ווארום דאס דאזיקע איז די ליבע צו ה׳: אז מיר זאלן אפהיטן זיינע געבאטן; און זיינע געבאטן זענען נישט שווער.
4 Everyone born of our Father overcomes the world. This is the victory that overcame the world: our faith. ווייל אלץ, וואס איז געבוירן געווארן פון ה׳, איז מנצח די וועלט; און דאס דאזיקע איז דער נצחון, וואס האט באזיגט די וועלט: אונדזער אמונה.
5 Who overcomes the world except the one believing Jesus is the Son of our Father? און ווער איז עס, וועלכער איז מנצח די וועלט, אויב נישט דער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער?
6 Jesus Christ came by water and blood—not water only, but water and blood. The Holy Spirit testifies to this, because the Holy Spirit is the truth. ער איז עס, וועלכער איז געקומען דורך וואסער און בלוט, יהושע/ישוע המשיח; נישט בלויז מיט דעם וואסער אליין, נאר מיט דעם וואסער און מיט דעם בלוט. און עס איז דער גייסט, וואס זאגט עדות, ווייל דער גייסט איז דער אמת.
7 For there are three that testify: ווייל עס זענען דריי, וועלכע זאגן עדות:
8 the Spirit, the water, and the blood; and these three are in agreement. דער גייסט, און דאס וואסער, און דאס בלוט; און די דריי זענען אייניק.
9 If we accept human testimony, our Father's testimony is greater—for this is our Father's testimony: that he testified about his Son. אויב מיר נעמען אָן דאס עדות זאגן פון מענטשן, אזוי איז גרעסער דאס עדות זאגן פון ה׳; ווייל דאס דאזיקע איז דאס עדות זאגן פון ה׳, וואס ער האט עדות געזאגט וועגן זיין זון.
10 Whoever believes in the Son of our Father carries this testimony within himself. Whoever does not believe has made him a liar, since he hasn't believed the testimony our Father gave about his Son. ווער עס גלויבט אין דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט דאס עדות אין זיך אליין; ווער עס גלויבט נישט ה׳, דער האט אים געמאכט פאר א ליגנער, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם עדות, וואס ה׳ האט עדות געזאגט וועגן זיין זון.
11 And this is the testimony: our Father gave us eternal life, and this life is in his Son. און דאס דאזיקע איז דאס עדות: אז ה׳ האט אונדז געגעבן אייביק לעבן; און דאס דאזיקע לעבן איז אין דעם זון זיינעם.
12 Whoever has the Son has life; whoever lacks the Son of our Father lacks life. ווער עס האט דעם זון, דער האט דאס לעבן; ווער עס האט נישט דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט נישט דאס לעבן.
13 I write these things to you who believe in the name of the Son of our Father, so you may know you have eternal life. די דאזיקע זאכן האב איך אייך געשריבן, כדי איר זאלט וויסן, אז איר האט אייביק לעבן; די, וועלכע גלויבן אין דעם נאמען פון דעם זון פון דער אויבערשטער.
14 This is our confidence before him: whatever we ask according to his will, he hears us. און דאס איז דער בטחון, וואס מיר האבן צו אים: אז ווען מיר בעטן עפעס לויט זיין רצון, הערט ער אונדז;
15 And if we know he hears us—whatever we ask—we know we have what we asked him for. און אויב מיר ווייסן, אז ער הערט אונדז, וועגן וואס מיר בעטן, ווייסן מיר, אז מיר האבן די בקשות, וועלכע מיר האבן געבעטן פון אים.
16 If anyone sees his brother sin a sin not leading to death, he should ask, and our Father will give him life—to those sinning not to death. There's a sin leading to death; I'm not saying he should pray about that. ווען עמיצער זעט זיין ברודער זינדיקן א חטא, וואס איז נישט צום טויט, זאל ער בעטן (פאר זיינעטוועגן), און ער (ה׳) וועט אים געבן לעבן, פאר די, וועלכע זינדיקן נישט צום טויט. עס איז פאראן א זינד צום טויט; נישט פאר יענער זאג איך, אז ער זאל בעטן!
17 All wrongdoing is sin, and there is sin that does not lead to death. יעדע עוולה איז א חטא; און עס איז פאראן א זינד נישט צום טויט.
18 We know: whoever is born of our Father does not keep sinning, but the One who was born of our Father protects him, and the evil one cannot touch him. מיר ווייסן, אז יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, זינדיקט נישט; נאר דער, וואס איז געבוירן פון ה׳, היט זיך אפ, און דער נישט גוטער רירט אים נישט אָן.
19 We know we are from our Father, and the whole world lies under the evil one's power. מיר ווייסן, אז מיר זענען פון ה׳, און די גאנצע וועלט ליגט אין דער (מאכט) פונם נישט גוטן.
20 We know the Son of our Father has come and given us understanding, to know the One who is true. We are in the One who is true, in his Son Jesus Christ. He is the true God and eternal life. און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.
21 Little children, keep yourselves from idols. קינדער, היט זיך אפ פון די אפג‑טער.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]