Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

1 Peter 2 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 So put away all malice and all deceit and hypocrisy and envy and all slander. דעריבער, טוט אפ פון זיך יעדע רשעות און יעדע פאלשקייט און צביעות און קנאה און יעדע לשון הרע,
2 Like newborn babies, crave pure milk of the word, so you grow into salvation, ווי נאר וואס געבוירענע עופהלעך, זאלט איר באגערן די גייסטיקע, נישט געפעלשטע מילך, כדי איר זאלט אויפוואקסן דורך דער זעלביקער צו ישועה,
3 now that you have tasted that the Lord is good. אויב איר האט טועם געווען, אז דער האר איז גוט;
4 As you come to him, the living stone rejected by people but chosen, precious to our Father. צו וועמען איר קומט, צו דעם לעבעדיקן שטיין, וואס פון מענטשן טאקע איז ער פארשטויסן, ביי ה׳ אבער אויסדערוויילט, קאסטבאר,
5 You too are being built, like living stones, into a spiritual house and a holy priesthood, offering spiritual sacrifices our Father accepts through Jesus Christ. און איר אליין, ווי לעבעדיקע שטיינער, בויט אייך אויף צו א רוחניותדיק הויז, פאר א הייליקער כהונה, מקריב צו זיין רוחניותדיקע קרבנות, וואס זענען וואויל אנגענומען ביי ה׳ דורך יהושע/ישוע המשיחן.
6 Scripture says: "See, I set in Zion a chosen, precious cornerstone; whoever believes in him will never be put to shame." דערפאר שטייט אין פסוק: זע, איך לייג אין ציון א פונדאמענט שטיין, אן אויסדערוויילטן, א קאסטבארן, און ווער עס גלויבט אין אים וועט נישט ווערן צו שאנדן. (ישעיהו כח, טז.)
7 This honor, then, is for you who believe. For those who don't, the stone the builders rejected has become the cornerstone, פאר אייך דעריבער, וואס גלויבן, איז ער טייער; פאר די אומגלויביקע אבער: דער שטיין, וועלכן די בוימייסטער האבן פארווארפן, דער דאזיקער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל; (תהלים קיח, כב.)
8 and a stumbling stone, a rock that trips them. They trip because they disobey the word—exactly what they were appointed for. און: און אן אבן נגף און צור מיכשול. (ישעיהו ח, יד.) זיי שטרויכלען, ווייל זיי גלויבן נישט אין דעם ווארט, צו וועלכן זיי זענען אויך באשטימט געווארן.
9 But you are a chosen people, a royal priesthood, a holy nation, a people belonging to our Father, to proclaim the praises of the one who called you from darkness into his amazing light. איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.)
10 Once you were not a people, now you are our Father's people; once you had not received mercy, now you have received mercy. (אייך), וואס איר זענט אמאל נישט געווען קיין פאלק, איצט אבער זענט איר ה׳ס פאלק; וואס אמאל האט איר נישט באקומען קיין רחמים, איצט אבער האט איר יא באקומען רחמים. (הושע ב, כה.)
11 Dear friends, I urge you—foreigners and exiles—to avoid fleshly desires that war against your soul. געליבטע, איך בעט אייך ווי גרים און תושבים, האלט זיך צוריק פון די פליישלעכע תאוות, וועלכע האלטן מלחמה קעגן דער נשמה;
12 Live good lives among the nations, so that when they slander you as wrongdoers, they may see your good deeds and glorify our Father on the day he visits us. פירט א גוטן לעבן צווישן די אומות (העולם), כדי אין דעם, אין וועלכן זיי רעדן אפ פון אייך ווי פון רשעים, דאך, זעענדיק אייערע מעשים טובים, זאלן זיי אפגעבן כבוד צו ה׳ אינם טאג פון רעכנשאפט.
13 Submit to every human authority for the Lord's sake—whether the emperor, as supreme, אונטערטעניקט זיך צו יעדער מענטשלעכער ארדנונג צוליב דעם האר; סאי צום מלך, ווי צו אן אויבערהאר;
14 or to governors, sent by the emperor to punish wrongdoers and praise those who do good. סאי צו גובערנאטארן, ווי צו שליחים פון אים צו באשטראפן פארברעכער און צום לויב פון די, וועלכע טאן גוטס.
15 For this is our Father's will: that by doing good you silence the ignorant talk of foolish people. ווייל אזוי איז עס ה׳ס רצון, אז מיט אייער טאן גוטס זאלט איר ברענגען צום שווייגן דאס אומוויסן פון נארישע מענטשן;
16 Live as free people—not using freedom to cover evil—but as servants of our Father. אלס פרייע (מענטשן) און דאך נישט ווי איר וואלט געהאט די פרייהייט ווי א צודעק פאר שלעכטס, נאר ווי ה׳ס קנעכט.
17 Respect everyone, love the family of believers, fear our Father, honor the emperor. גיט אלעמען אפ כבוד. האט ליב די ברודערשאפט. האט מורא פאר ה׳. גיט אפ כבוד דעם קעניג.
18 Servants, submit to your masters with full respect—not only the good and gentle, but also the harsh. איר קנעכט, זייט אונטערטעניק צו אייערע הארן מיט יעדער פארכטיקייט; נישט בלויז צו די גוטע און באשיידענע אליין, נאר אויך צו די שלעכטע.
19 For it is commendable if someone bears up under the pain of unjust suffering, mindful of our Father. ווארום דאס דאזיקע איז א חסד, ווען צוליב דעם געוויסן פאר ה׳, מען דערטראגט צער, ליידנדיק אומיושרדיק.
20 What credit is it to endure a beating for doing wrong? But enduring suffering for doing good—this is commendable before our Father. ווארום וואס פאר א כבוד איז עס, אויב איר פארזינדיקט זיך און מען גיט אייך שלעק, און איר זענט געדולדיק? נאר אויב טוענדיק גוטס ליידט איר און זענט געדולדיק, (אָט) דאס איז א חסד ביי ה׳.
21 You were called to this, since Christ suffered for you too, leaving an example for you to follow in his steps. ווארום דערצו זענט איר בארופן געווארן; ווייל אויך משיח האט געליטן פאר אייערטוועגן, און איבערגעלאזט א ביישפיל פאר אייך, כדי איר זאלט נאכפאלגן זיינע פוסטריט;
22 "He committed no sin, and no deceit was found in his mouth." וועלכער האט קיין חטא נישט געטאן, נישט איז געפונען געווארן א פאלשקייט אין זיין מויל;
23 When they hurled their insults at him, he did not retaliate; when he suffered, he made no threats, but entrusted himself to the one who judges justly. וועלכער, ווערנדיק געזידלט, האט נישט צוריקגעזידלט; ליידנדיק, האט נישט געסטראשעט, נאר זיך איבערגעגעבן צום שופט צדק;
24 He himself bore our sins in his body on the tree, so that we might die to sin and live for righteousness; by his wounds you have been healed. וועלכער האט אליין ארויפגעטראגן אונדזערע זינד אין דעם קערפער זיינעם אויף דעם בוים, כדי מיר, אפשטארבנדיק וואס שייך די זינד, זאלן לעבן צו צדקות; דורך וועמעס וואונדן איר זענט געהיילט געווארן.
25 For you were straying like sheep, but now have returned to the Shepherd and Guardian of your souls. ווארום איר זענט געווען ווי פארבלאנדזשעטע שאף, נאר איצט האט איר זיך אומגעקערט צום פאסטוך און משגיח פון אייערע נשמות. (ישעיהו נג, ה-ט.)
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]