Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

1 Peter 3 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Likewise, wives, submit to your own husbands, so that even if some disobey the word, they may be won without a word by their wives' conduct, אויך אזוי, איר פרויען, זייט אונטערטעניק צו אייערע אייגענע מענער; כדי אפילו אויב אייניקע זענען אומגעהארכזאם צום ווארט, זאלן זיי געוואונען ווערן אָן א ווארט דורך דעם אויפפירונג פון זייערע ווייבער,
2 seeing your pure, reverent conduct. צוקוקנדיק זיך אויף אייער לויטערן אויפפירונג מיט יראה.
3 Do not let your beauty be the outward kind—braided hair, gold jewelry, fine clothing. זאל אייער צירונג זיין נישט דאס אויסערלעכע באשיינונג, מיט פלעכטן די האר און מיט אנטאן זיך גאלדענע זאכן, אדער מיט אנקליידן זיך (טייערע) מלבושים;
4 But let it be the hidden person of the heart, the undying beauty of a gentle, quiet spirit, precious in our Father's sight. נאר דער פארבארגענער מענטש פון דעם הארצן, מיט דער אומפארדארבלעכער (צירונג) פון אן עניוותדיקן און שטילן גייסט, וואס איז זייער טייער פאר ה׳.
5 For this is how the holy women of old who hoped in our Father adorned themselves, submitting to their own husbands, ווארום אזוי האבן זיך אויך אמאל געצירט די הייליקע פרויען, וועלכע האבן געהאפט אויף ה׳, און זענען געווען אונטערטעניק צו זייערע אייגענע מענער;
6 as Sarah obeyed Abraham, calling him lord. And you have become her children if you do good, fearing no terror. ווי שרה האט געהארכט אברהמען, און אים גערופן האר; וועמעס טעכטער איר זענט געווארן, ווען איר טוט גוטס און שרעקט זיך נישט אפ פון קיין שום פחד.
7 Husbands, similarly, live with your wives with understanding, honoring each as the weaker vessel and as coheirs of the grace of life, so your prayers aren't hindered. אויך אזוי, איר מענער, וואוינט מיט זיי מיט פארשטאנד, און גיט אפ כבוד צו דער פרוי ווי צו דער שוואכערער כלי אזויווי זיי זענען אויך מיטיורשים אין דעם חסד פון לעבן, כדי אייערע תפילות זאלן נישט געשטערט ווערן.
8 Finally, all of you, be of one mind, sympathetic, loving one another as family, tenderhearted, and humble. און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק;
9 Do not repay evil for evil or insult for insult, but bless instead—you were called to this, so you may inherit blessing. צאלט נישט אפ מיט שלעכטס פאר שלעכטס, אדער זידלווארט פאר זידלווארט, נאר להיפך: בענטשט; ווייל דערצו זענט איר בארופן געווארן, כדי איר זאלט ירשענען א ברכה.
10 For, "Whoever desires to love life and to see good days, let him keep his tongue from evil and his lips from speaking deceit. ווארום: ווער עס וויל ליב האבן דאס לעבן און זען גוטע טעג, זאל ער אפהאלטן זיין צונג פון בייז, און זיינע לעפצן פון רעדן פאלשקייט;
11 Let him turn away from evil and do good; let him seek peace and pursue it. זאל ער זיך אפנייגן פון שלעכטס און טאן גוטס, זאל ער זוכן שלום און נאכיאגן אים.
12 For the eyes of our Lord are on the righteous, and his ears are open to their prayer, but the face of our Lord is against those who do evil." ווייל די אויגן פון דעם האר (ג‑ט) זענען אויף די צדיקים און זיינע אויערן צו זייער געבעט; דאס פנים אבער פון דעם האר איז קעגן די, וואס טאן בייז. (תהלים לד, יג-יז.)
13 Now who is there to harm you if you are eager to do what is good? און ווער וועט אייך טאן שלעכטס, ווען איר וועט אייפערן פאר דעם גוטן?
14 But if you suffer for righteousness, you are blessed. Don't fear their fear, don't be shaken. נאר אויב אפילו איר זאלט ליידן צוליב גערעכטיקייט, איז וואויל אייך; און פאר זייער מורא זאלט איר זיך נישט פארכטן, נישט זאלט איר זיך דערשרעקן;
15 Set Christ apart as Lord in your hearts. Always be ready to answer anyone who asks the reason for your hope, but with gentleness and respect. דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפענונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה;
16 Keep a clear conscience, so that when you're slandered, those who insult your good conduct in Christ are shamed. האט א גוט געוויסן, כדי אין וואס מען רעדט אפ פון אייך, זאלן צושאנד ווערן די, וואס באליידיקן אייער גוטן פירונג פון לעבן אינם משיח.
17 Better to suffer for doing good, if that's our Father's will, than for doing evil. ווארום עס איז בעסער, אויב דאס איז ה׳ס רצון, צו ליידן פאר טאן גוטס, ווי פאר טאן שלעכטס.
18 For Christ too suffered once for sins, the righteous for the unrighteous, to bring us to our Father—put to death in flesh, made alive in spirit, ווייל אפילו משיח איז איינמאל געשטארבן פאר אונדזערע זינד, דער צדיק פאר די רשעים, כדי ער זאל אונדז ברענגען צו ה׳; און איז געטייט געווארן לויט דעם פלייש, אבער לעבעדיק געמאכט געווארן אין דעם גייסט;
19 in which he also went and proclaimed to the spirits in prison, אין וועלכן ער איז אויך געגאנגען און אויסגערופן צו די רוחות אין געפענקעניש,
20 who disobeyed long ago, when our Father waited patiently in Noah's days as the ark was being built, in which a few—eight people—were brought safely through the water. וואס זענען אמאל געווען ווידערשפעניק, ווען ה׳ס סבלנות האט געווארט אין די טעג פון נוחן, בעת עס איז צוגעגרייט געווארן די תיבה, אין וועלכער ווייניקע, דאס הייסט אכט נפשות, זענען געראטעוועט געווארן דורך דעם וואסער;
21 This corresponding baptism now saves you too—not removing body dirt, but appealing to our Father for a good conscience—through Jesus Christ's resurrection, דאס איז אויך א קעגנבילד פון דער מקווה, וואס דערלייזט אייך איצט, נישט דאס אפטאן אומריינקייט פונם לייב, נאר דער פארלאנג אויף א גוט געוויסן לגבי ה׳, דורך דעם אויפשטיין (פון די טויטע) פון יהושע/ישוע המשיחן;
22 who entered heaven and is at our Father's right hand, with angels, authorities, and powers subject to him. וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער האנט, נאך דעם ווי ער איז ארויף אין הימל אריין; צו אים זענען אונטערטעניק מלאכים און ממשלות און מאכטן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]