Side by side with the Father's Heart Bible™ 5און איך האָב אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט אַ מאַן, און אין זײַן האַנט אַ מעסטשנור. 6האָב איך געזאָגט: װוּהין גײסטו? האָט ער צו מיר געזאָגט: צו מעסטן ירושָלַיִם, כּדי צו זען װיפֿל איז איר ברײט, און װיפֿל איר לענג. 7ערשט דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט איז אַרױסגעגאַנגען, און אַן אַנדער מלאך איז אַרױסגעגאַנגען אים אַנטקעגן. 8און ער האָט געזאָגט: לױף זאָג צו יענעם יונגמאַן אַזױ צו זאָגן:אָפֿן אָן װענט װעט ירושָלַיִם זײַן באַזעצט,פֿון פֿיל מענטשן און בהמות אין איר.
9און איך װעל איר זײַן, זאָגט ה׳,אַ מױער פֿון פֿײַער רונד אַרום,און פֿאַר אַ כּבֿוד װעל איך זײַן אין איר מיט.
10העי, העי! און אַנטלױפֿטפֿון דעם לאַנד פֿון צפֿון, זאָגט ה׳,װאָרעם אַזױ װי די פֿיר װינטן פֿון הימלהאָב איך אײַך צעשפּרײט, זאָגט ה׳.
11העי צִיוֹן, אַנטרין,דו װאָס װױנסט בײַ טאָכטער בָבֿל.
12װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:נאָך דעם כּבֿוד האָט ער מיך געשיקטצו די פֿעלקער װאָס באַרױבן אײַך:פֿאַר װאָר, דער װאָס רירט אײַך אָןרירט אָן דעם שװאַרצאַפּל פֿון זײַן אױג.
13װאָרעם זע, איך פֿאָך מײַן האַנט אױף זײ,און זײ װעלן װערן אַ רױב צו די װאָס האָבן זײ געדינט,און איר װעט װיסן אַז ה׳ צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט.
14זינג און פֿרײ זיך, טאָכטער צִיוֹן,װאָרעם זע, איך קום,און װעל רוען צװישן דיר, זאָגט ה׳.
15און פֿיל פֿעלקער װעלן זיך באַהעפֿטן אָן ג-ט אין יענעם טאָג,און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק,און איך װעל רוען אין דײַן מיט;און װעסט װיסן אַז ה׳ צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט צו דיר.
16און ה׳ װעט אַרבן יהוּדה פֿאַר זײַן חלק,אױף דער הײליקער ערד,און װעט װידער אױסדערװײלן ירושָלַיִם.
17שטיל יעטװעדער לײַב פֿאַר ה׳,װאָרעם ער װעקט זיך פֿון זײַן הײליקער װױנונג.