Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

1 Chronicles 6 OYTANAKH

Side by side with the Father's Heart Bible™

5:27די זין פֿון לֵוִין: גֵרשוֹן, קהָת, און מרָרי. 5:28און די זין פֿון קהָתן: עַמרָם, יִצהָר, און חֶבֿרוֹן, און עוזיאֵל. 5:29און די קינדער פֿון עַמרָמען: אַהרֹן, און משה, און מִריָם. און די זין פֿון אַהרֹנען: נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און איתָמָר. 5:30אֶלעָזָר האָט געבאָרן פּינְחסן; פּינְחס האָט געבאָרן אַבֿישועַן. 5:31און אַבֿישועַ האָט געבאָרן בוקין, און בוקי האָט געבאָרן עוזין. 5:32און עוזי האָט געבאָרן זֶרַחיָהן, און זֶרַחיָה האָט געבאָרן מרָיוֹתן.

5:33מרָיוֹת האָט געבאָרן אַמַריָהן, און אַמַריָה האָט געבאָרן אַחיטובֿן. 5:34און אַחיטובֿ האָט געבאָרן צָדוֹקן, און צָדוֹק האָט געבאָרן אַחימַעַצן. 5:35און אַחימַעַץ האָט געבאָרן עַזַריָהן, און עַזַריָה האָט געבאָרן יוֹחָנָנען. 5:36און יוֹחָנָן האָט געבאָרן עַזַריָהן; דאָס איז דער װאָס איז געװען אַ כּהן אין דעם הױז װאָס שלמה האָט געבױט אין ירושָלַיִם. 5:37און עַזַריָה האָט געבאָרן אַמַריָהן, און אַמַריָה האָט געבאָרן אַחיטובֿן. 5:38און אַחיטובֿ האָט געבאָרן צָדוֹקן, און צָדוֹק האָט געבאָרן שַלומען. 5:39און שַלום האָט געבאָרן חִלקִיָהן, און חִלקִיָה האָט געבאָרן עַזַריָהן.

5:40און עַזַריָה האָט געבאָרן שׂרָיָהן, און שׂרָיָה האָט געבאָרן יהוֹצָדָקן. 5:41און יהוֹצָדָק איז אַװעק אין גלות, װען ה׳ האָט פֿאַרטריבן יהוּדה און ירושָלַיִם דורך דער האַנט פֿון נבֿוכַדנֶצַרן.

1די זין פֿון לֵוִין: גֵרשוֹם, קהָת, און מרָרי. 2דאָס זײַנען די נעמען פֿון גֵרשוֹמס זין: לִבֿני, און שִמְעִי. 3און די זין פֿון קהָתן זײַנען געװען: עַמרָם, און יִצהָר, און חֶבֿרוֹן, און עוזיאֵל. 4די זין פֿון מרָרין: מַחלי, און מושי. און דאָס זײַנען די משפּחות פֿון לֵוִי לױט זײערע עלטערן. 5פֿון גֵרשוֹמען: זײַן זון לִבֿני, זײַן זון יַחת, זײַן זון זִמָה; 6זײַן זון יוֹאָח זײַן זון עִדוֹ, זײַן זון זֶרַח, זײַן זון יאַתרַי. 7די קינדער פֿון קהָתן: זײַן זון עַמינָדָבֿ, זײַן זון קֹרַח זײַן זון אַסיר; 8זײַן זון אֶלקָנָה, און זײַן זון אֶבֿיָסָף, און זײַן זון אַסיר; 9זײַן זון תַּחַת, זײַן זון אוריאֵל, זײַן זון עוּזִיָה, און זײַן זון שָאול. 10און די קינדער פֿון אֶלקָנָהן: עַמָשַׂי, און אֲחִימוֹת, 11אֶלקָנָה. די קינדער פֿון אֶלקָנָהן: זײַן זון צוֹפֿי, און זײַן זון נַחַת; 12זײַן זון אֶליאָבֿ, זײַן זון ירוֹחָם, זײַן זון אֶלקָנָה. 13און די זין פֿון שמוּאֵלן: דער בכוֹר און שני, אַבֿיָה. 14די קינדער פֿון מרָרין: מַחלי; זײַן זון לִבֿני, זײַן זון שִמְעִי, זײַן זון עוזָה; 15זײַן זון שִמעָא, זײַן זון חגִיָה, זײַן זון עַשָׂיָה.

16און דאָס זײַנען די װאָס דָוִד האָט געשטעלט בײַם זינגען אין הױז פֿון ה׳, נאָך דעם װי דער אָרון איז געקומען צו זײַן רו. 17און זײ האָבן געדינט פֿאַר דעם מישכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד מיט געזאַנג, ביז שלמה האָט געבױט דאָס הױז פֿון ה׳ אין ירושָלַיִם, און זײ האָבן זיך געשטעלט לױט זײער אָרדענונג בײַ זײער דינסט. 18און דאָס זײַנען די װאָס זײַנען דאָרטן געשטאַנען, מיט זײערע זין: פֿון די זין פֿון די קהָתים: הֵימָן דער זינגער, דער זון פֿון יוֹאֵל דעם זון פֿון שמוּאֵל, 19דעם זון פֿון אֶלקָנָה, דעם זון פֿון ירוֹחָם, דעם זון פֿון אֶליאֵל, דעם זון פֿון תּוֹח, 20דעם זון פֿון צוף, דעם זון פֿון אֶלקָנָה, דעם זון פֿון מַחת, דעם זון פֿון עַמָשַׂי, 21דעם זון פֿון אֶלקָנָה, דעם זון פֿון יוֹאֵל, דעם זון פֿון עַזַריָה, דעם זון פֿון צפַֿניָה, 22דעם זון פֿון תַּחַת, דעם זון פֿון אַסיר, דעם זון פֿון אֶבֿיָסָף, דעם זון פֿון קֹרַח, 23דעם זון פֿון יִצהָר, דעם זון פֿון קהָת, דעם זון פֿון לֵוִי, דעם זון פֿון יִשׂרָאֵלן. 24און זײַן ברודער אָסָף איז געװען דער װאָס איז געשטאַנען צו זײַן רעכטער האַנט: אָסָף דער זון פֿון ברֶכיָהו דעם זון פֿון שִמעָא, 25דעם זון פֿון מיכָאֵל, דעם זון פֿון בעֲשֵׂיָה, דעם זון פֿון מַלכִּיָה, 26דעם זון פֿון אֶתני, דעם זון פֿון זֶרַח, דעם זון פֿון עַדָיָה, 27דעם זון פֿון אֵיתָן, דעם זון פֿון זִמָה, דעם זון פֿון שִמְעִי, 28דעם זון פֿון יַחת, דעם זון פֿון גֵרשוֹם, דעם זון פֿון לֵוִין. 29און זײערע ברידער די קינדער פֿון מרָרי, אױף דער לינקער זײַט: אֵיתָן דער זון פֿון קישי דעם זון פֿון עַבֿדי, דעם זון פֿון מַלוך, 30דעם זון פֿון חַשַבֿיָה, דעם זון פֿון אַמַציָה, דעם זון פֿון חִלקִיָה, 31דעם זון פֿון אַמצי, דעם זון פֿון בני, דעם זון פֿון שֶמֶר, 32דעם זון פֿון מַחלי, דעם זון פֿון מושי, דעם זון פֿון מרָרי, דעם זון פֿון לֵוִין. 33און זײערע ברידער די לוִיִים זײַנען געװען אָפּגעגעבן צו דעם גאַנצן דינסט פֿון דעם מישכּן פֿון דעם הױז פֿון אלֹקים.

34און אַהרֹן און זײַנע קינדער האָבן געדעמפֿט אױף דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער און אױף דעם מזבח פֿאַר װײַרעך; זײ זײַנען געװען פֿאַר יעטװעדער אַרבעט פֿון דעם קָדשֵי-קָדשים, און אױף מכַפּר צו זײַן אױף יִשׂרָאֵל, לױט אַלץ װאָס משה דער קנעכט פֿון האלֹקים האָט באַפֿױלן. 35און דאָס זײַנען די קינדער פֿון אַהרֹן: זײַן זון אֶלעָזָר, זײַן זון פּינְחס, זײַן זון אַבֿישועַ; 36זײַן זון בוקי, זײַן זון עוזי, זײַן זון זֶרַחיָה; 37זײַן זון מרָיוֹת, זײַן זון אַמַריָה, זײַן זון אַחיטובֿ; 38זײַן זון צָדוֹק, זײַן זון אַחימַעַץ.

39און דאָס זײַנען געװען זײערע װױנערטער לױט זײערע לאַגערדערפֿער אין זײער געמאַרק: צו די קינדער פֿון אַהרֹן פֿון דער משפּחה פֿון די קהָתים װײַל זײערס איז געװען גורל, 40זײ האָט מען געגעבן חֶבֿרוֹן אין לאַנד יהוּדה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער רונד אַרום איר. 41אָבער דאָס פֿעלד פֿון דער שטאָט און אירע דערפֿער האָט מען געגעבן צו כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן. 42און צו די קינדער פֿון אַהרֹן האָט מען געגעבן די שטעט פֿון אַנטרינונג, חֶבֿרוֹן, און לִבֿנָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און יַתּיר, און אֶשתּמוֹעַ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 43און חילֵן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, דבֿיר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 44און עָשָן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בֵית-שֶמֶש מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 45און פֿון שבֿט בנימין: גֶבַֿע מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עָלֶמֶת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עַנָתוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. אַלע זײערע שטעט, דרײַצן שטעט, לױט זײערע משפּחות.

46און פֿאַר די איבעריקע קינדער פֿון קהָת, פֿון דער משפּחה פֿון דעם שבֿט, פֿון דעם האַלבן שבֿט, פֿון האַלב מנַשֶה, לױט גורל, צען שטעט. 47און פֿאַר די קינדער פֿון גֵרשוֹם לױט זײערע משפּחות, פֿון שבֿט יִשׂשָׂכָר, און פֿון שבֿט אָשֵר, און פֿון שבֿט נַפֿתָּלי, און פֿון שבֿט מנַשֶה אין בָשָן, דרײַצן שטעט. 48פֿאַר די קינדער פֿון מרָרי לױט זײערע משפּחות, פֿון שבֿט ראובֿן, און פֿון שבֿט גָד, און פֿון שבֿט זבֿולון, לױט גורל, צװעלף שטעט. 49און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געגעבן צו די לוִיִים די שטעט מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער. 50און זײ האָבן געגעבן לױט גורל, פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, און פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון, און פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין, די דאָזיקע שטעט װאָס מע רופֿט דאָ אָן מיט די נעמען.

51און טײל פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון קהָת האָבן געהאַט די שטעט פֿון זײער געמאַרק פֿון שבֿט אפֿרים. 52און מע האָט זײ געגעבן די שטעט פֿון אַנטרינונג, שכֶם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער אױפֿן באַרג אפֿרים, און גֶזֶר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 53און יָקמְעָם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בֵית-חוֹרוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 54און אַיָלוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און גַת-רִמוֹן, מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 55און פֿון דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה: עָנֵר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בִלעָם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, פֿאַר דער משפּחה פֿון די איבעריקע קינדער פֿון קהָת.

56פֿאַר די קינדער פֿון גֵרשוֹם, פֿון דער משפּחה פֿון דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה: גוֹלָן אין בָשָן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עַשתָּרוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 57און פֿון שבֿט יִשׂשָׂכָר: קֶדֶש מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, דָבֿרַת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 58און ראָמוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עָנֵם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 59און פֿון שבֿט אָשֵר: מָשָל מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עַבֿדוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 60און חוקוֹק מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און רחוֹבֿ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 61און פֿון שבֿט נַפֿתָּלי: קֶדֶש אין גָליל מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און חַמוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און קִריָתַיִם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער.

62פֿאַר די איבעריקע, די קינדער פֿון מרָרי, פֿון שבֿט זבֿולון: רִמוֹנוֹ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, תָּבֿוֹר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 63און פֿון יענער זײַט יַרדן בײַ יריחוֹ, צו מזרח פֿון יַרדן, פֿון שבֿט ראובֿן: בֶצֶר אין מדבר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און יַהצָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 64און קדֵמוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און מֵיפַֿעַת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 65און פֿון שבֿט גָד: ראָמוֹת אין גִלעָד מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און מַחנַיִם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 66און חֶשבוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און יַעְזֵיר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער.

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]