Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Colossians 3 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Then, since you were raised with Christ, seek what is above, where Christ is seated at the right hand of our Father. דעריבער, אויב איר זענט אויפגעשטאנען צוזאמען מיט דעם משיח, זאלט איר זוכן דאס, וואס איז אויבן, וואו דער משיח זיצט צו ה׳ס רעכטער זייט.
2 Set your minds on the things above, not on the things of the earth. טראכט פון דעם, וואס איז אויבן, נישט פון דעם, וואס איז אויף דער ערד.
3 For you have died, and your life is hidden with Christ in our Father. ווארום איר זענט געשטארבן, און אייער לעבן איז פארבארגן מיט דעם משיח אין ה׳.
4 When Christ, who is your life, appears, then you also will appear with him in glory. ווען דער משיח, אונדזער לעבן, וועט נתגלה ווערן, וועט איר דעמאלט אויך נתגלה ווערן מיט אים אין כבוד.
5 So kill what is earthly in you: sexual sin, impurity, lust, evil desire, and greed—which is idolatry. טייט דעריבער אפ אייערע אברים, וועלכע זענען אויף דער ערד: זנות, טומאה, תאווה, בייזע גלוסטונג, און די געלטגייציקייט, וואס איז עבודה זרה;
6 Because of these things the wrath of our Father is coming on those who disobey him. צוליב וועלכע דער גרימצארן פון ה׳ קומט אויף די קינדער פון ווידערשפעניקייט;
7 You too once lived this way—that was your life. אין וועלכע זאכן איר האט אויך געלעבט אמאל, ווען איר האט געלעבט אין די דאזיקע.
8 Now get rid of all these: anger, rage, malice, slander, obscene talk from your mouth. איצט אבער טוט אויך אפ (פון זיך) דאס אלץ: רוגז, כעס, רשעות, לעסטערונג, שענדלעכע רייד פון אייער מויל;
9 Do not lie to one another, since you have stripped off the old self with its practices, זאגט נישט קיין שקר איינס דעם אנדערן, ווייל איר האט אויסגעטאן (פון זיך) דעם אלטן מענטשן מיט זיינע מעשים,
10 and put on the new self, being renewed in knowledge after the image of its Creator. און האט אנגעטאן דעם נייעם, וועלכער ווערט באנייט צו דערקענטעניש לויט דעם אפבילד פון זיין באשעפער;
11 No Greek or Jew here, circumcised or uncircumcised, barbarian, Scythian, slave or free—but Christ is all, in all. וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.
12 So, as our Father's chosen, holy and dearly loved, put on heartfelt compassion, kindness, humility, gentleness, and patience. קליידט זיך אָן דעריבער, ווי אויסדערוויילטע פון ה׳, הייליקע און געליבטע, מיט א הארץ פון רחמנות, גוטסקייט, מיט א נידעריק געמיט, ענווה, סבלנות;
13 Put up with one another, forgiving whatever complaints you have against each other. Forgive as the Lord forgave you. פארטראגט איינער דעם אנדערן און זייט זיך מוחל, ווען עמיצער האט עפעס פארצוווארפן אן אנדערן; פונקט ווי אויך דער האר האט אייך מוחל געווען, אזוי (זאלט) איר אויך (טאן);
14 And over all these virtues put on love, which binds them all together in perfect unity. און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות.
15 Let Christ's peace rule your hearts—you were called to it as one body. Be thankful. און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר.
16 Let the word of Christ dwell in you richly, teaching and correcting each other with all wisdom, singing psalms, hymns, and songs from the Spirit, with gratitude in your hearts to our Father. זאל משיחס ווארט וואוינען בשפע אין אייך, אין יעדער חכמה; לערנט און זייט מזהיר איינער דעם אנדערן מיט מזמורים, לויב געזאנגען און רוחניותדיקע שירים, און זינגט מיט דאנק אין אייערע הערצער צו ה׳.
17 Whatever you do, in word or deed, do it all in the name of the Lord Jesus, thanking our Father through him. און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג‑ט דעם פאטער דורך אים.
18 Wives, submit yourselves to your husbands, as is fitting in the Lord. איר פרויען, אונטערטעניקט זיך צו אייערע מענער, ווי עס שטייט אָן אינם האר.
19 Husbands, love your wives and do not be harsh with them. איר מענער, האט ליב אייערע ווייבער, און פארביטערט זיך נישט קעגן זיי.
20 Children, obey your parents in everything, for this pleases the Lord. קינדער, זייט געהארכזאם צו אייערע עלטערן אין אלעם, ווארום דאס דאזיקע איז וואוילגעפעלן פאר דעם האר.
21 Fathers, don't provoke your children, so they won't lose heart. טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, כדי זיי זאלן נישט פארלירן דעם מוט.
22 Slaves, obey your earthly masters in everything—not just while watched, to gain favor, but with a sincere heart, fearing the Lord. איר קנעכט, זייט געהארכזאם אין אלעם צו אייערע הארן לויטן פלייש, נישט צו דינען נאר פארן אויג, ווי די, וועלכע זענען אויסן חן ביי מענטשן, נאר מיט אן אויפריכטיקייט פון דעם הארצן, פארכטנדיק זיך פאר דעם האר;
23 Whatever you do, work at it wholeheartedly, as for the Lord, not for people, און וואס איר וועט טאן, זאלט איר טאן מיטן גאנצן הארצן, ווי פאר דעם האר, און נישט פאר מענטשן,
24 since you know you will receive the inheritance as reward from the Lord; you serve the Lord Christ. וויסנדיק, אז פון דעם האר וועט איר באקומען דעם שכר פון דער ירושה; ווארום איר דינט דעם האר משיח!
25 Anyone who does wrong will be repaid for their wrong, and there is no favoritism. און ווער עס טוט אן עוולה, וועט ער באקומען דעם (עונש פאר דער) עוולה, וואס ער האט געטאן, און עס גיבט נישט קיין נושא פנים זיין.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]