Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

2 Peter 2 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 False prophets arose among the people, just as false teachers will arise among you. They will secretly bring in destructive heresies, even deny the Master who bought them, and bring swift destruction on themselves. עס זענען אבער אויך געווען פאלשע נביאים צווישן דעם פאלק, ווי עס וועלן אויך זיין צווישן אייך פאלשע מורי תורה, וועלכע וועלן בשתיקה אריינפירן פארדארבלעכע כתות, און פארלייקענען דעם האר, וואס האט זיי אפגעקויפט, און ברענגען אויף זיך א גיכע פארדארבונג.
2 Many will follow their lust, and because of them the way of truth will be slandered. און א סך וועלן נאכפאלגן זייערע אויסגעלאסנקייטן, דורך וועלכע דער וועג פון אמת וועט ווערן געלעסטערט.
3 In their greed they'll exploit you with made-up words. Their judgment, decreed long ago, isn't idle; their ruin isn't asleep. און אויס געלטגיריקייט וועלן זיי אייך פארקויפן מיט באטריגערישע רייד; דאס משפט אויף זיי פון לאנג אָן זוימט זיך נישט און די פארדארבונג זייערע דרימלט נישט.
4 For if our Father did not spare angels who sinned, but threw them into the deepest pit of gloom, chained in darkness, kept for judgment; ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די מלאכים, וועלכע האבן געזינדיקט, נאר האט זיי איבערגעגעבן אין היילן פון חשכות אין דער אונטערוועלט, אפגעהיטן צו ווערן צום משפט;
5 if he didn't spare the ancient world, but protected Noah, an announcer of righteousness, with seven others, when he brought a flood on the wicked world; און ווען ער האט נישט געשוינט די אלטע וועלט, נאר האט באהיט נוחן, א מבשר פון גערעכטיקייט, מיט זיבן אנדערע, בשעת ער האט אראפגעשיקט דאס מבול אויף א וועלט פון רשעים;
6 and if he condemned Sodom and Gomorrah, reducing their cities to ashes, as an example of what awaits the wicked; און מאכנדיק צו אש די שטעט סדום און עמורה, האט ער זיי געמשפט מיט אן איבערקערונג, זעצנדיק זיי אלס א ביישפיל פאר רשעים להבא;
7 and if he rescued righteous Lot, worn out by the shameless behavior of lawless people. און האט מציל געווען דעם צדיק לוט, וועלכער איז געקוועלט געווארן דורך דער פארשייטער אויפפירונג פון די שענדלעכע מענטשן מחוץ דעם געזעץ—
8 That righteous man, living among them, was tormented day after day in his righteous soul by the lawless deeds he saw and heard, ווארום ער, דער צדיק, וואוינענדיק צווישן זיי, האט געפלאגט זיין גערעכט נפש מיט וואס ער האט געזען און געהערט טאג אויס טאג איין פון זייערע בייזע מעשים מחוץ דעם געזעץ—
9 then our Father knows how to rescue the godly from trials, and keep the wicked under punishment until judgment day. אזוי ווייסט דער האר מציל צו זיין די ג‑טספארכטיקע פון א נסיון, רשעים אבער צו באהאלטן צו באשטראפונג אינם יום הדין;
10 Especially those chasing flesh's corrupt desires and despising authority—bold, arrogant, unafraid to slander celestial beings. און איבערהויפט די, וועלכע גייען נאך שמוציקע תאוות פון דעם פלייש, און פאראכטן הערשאפט; עזות פנימער, פרעכע, זיי ציטערן נישט צו לעסטערן מאכטן;
11 Whereas angels, greater in strength and power, don't bring a slanderous judgment against them before our Father. וואס מלאכים, גרעסער ווי זיי אין כוח און גבורה, ברענגען נישט קיין לעסטערנדיק משפט קעגן זיי פאר דעם האר.
12 But these people, like unreasoning animals born by instinct to be caught and destroyed, insult what they don't understand, and will be destroyed in their destruction, זיי אבער, ווי אומפארשטאנדיקע חיות, בטבע געבוירן דערצו, געפאנגען און אומגעברענגט צו ווערן, לעסטערן דאס, וואס זיי פארשטייען נישט, זיי וועלן אומקומען אין זייער פארדארבנקייט,
13 suffering wrong as pay for wrongdoing. They count it a pleasure to revel in broad daylight. They are stains and flaws, reveling in their deceptions while feasting with you. ליידנדיק דעם שכר פון אומגערעכטיקייט; (זיי), וואס האלטן עס פאר א תענוג זיך צו לאזן פרעסן בייטאג, (זענען) פלעקן און פעלערן, שכורן זיך אָן הוליען אין זייערע שקרים, עסנדיק (און טרינקענדיק) מיט אייך;
14 Their eyes are full of adultery, never stopping from sin, luring unstable souls, hearts trained in greed—cursed children! האבן אויגן פול מיט זנות און נישט געזעטיקטע פון זינד; לאקן צו זיך אומסטאביל נפשות; האבן אן הארץ געוואוינט צו געלטגייציקייט; זענען קינדער פון א קללה;
15 Abandoning the straight path, they went astray, following the way of Balaam son of Beor, who loved the wages of wrongdoing. פארלאזנדיק דעם דרך הישר, האבן זיי פארבלאנדזשעט, און נאכגעפאלגט אין דעם וועג פון בלעם בן בעור, וואס האט ליב געהאט דעם שכר פון אומגערעכטיקייט;
16 But he was corrected for his own wrongdoing: a mute donkey spoke with a human voice and stopped the prophet's madness. ער האט אבער געהאט א שטראף פאר זיין אייגענעם חטא; א שטומע בהמה אין געשפאן, רעדנדיק מיט א מענטשלעך קול, האט פארווערט דאס משוגעת פון דעם נביא.
17 These are dry springs, storm-driven mists—thick darkness is kept for them. די דאזיקע זענען קוואלן אָן וואסער, און וואלקנדלעך געטריבן פון א שטורמווינט; פאר זיי איז אנגעגרייט די טונקלקייט פון דעם חושך.
18 With inflated, empty words they lure through the sensual desires of the flesh those barely escaping from people living in error. ווארום רעדנדיק שטאלצע רייד אָן א זין, לאקן זיי מיט די תאוות פון דעם לייב דורך צעלאזנקייט די יעניקע, וואס זענען קוים אנטרונען פון די, וועלכע לעבן אין טעות;
19 They promise them freedom, while themselves enslaved to corruption—for whatever overcomes a person enslaves them. בשעת זיי זענען זיי מבטיח פרייהייט, זענען זיי אליין קנעכט פון פארדארבונג; ווארום פון וועמען איינער ווערט בייגעקומען, צו דעם ווערט ער אויך פארשקלאפט.
20 For if, having escaped the world's corruption through knowing our Lord and Savior Jesus Christ, they are entangled in it again and overcome, their end is worse than their start. ווארום אויב נאך דעם ווי זיי זענען אנטרונען פון די באפלעקונגען פון דער וועלט דורך דער דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח, זענען זיי ווידער פארוויקלט אין די דאזיקע און זענען בייגעקומען געווארן, איז זייער סוף ערגער ווי דער אנהויב.
21 It would have been better for them never to know the way of righteousness than to know it and turn back from the holy commandment given to them. ווארום עס וואלט געווען בעסער פאר זיי נישט צו האבן דערקענט דעם וועג פון גערעכטיקייט, ווי, נאכן דערקענען, זיך אפצוקערן פון דעם הייליקן געבאט, וואס איז איבערגעגעבן געווארן צו זיי.
22 The true proverb has happened to them: "A dog returns to its vomit," and "A washed sow returns to wallow in mud." ביי זיי האט זיך באשטעטיקט דאס ווארהאפטיקע שפריכווארט: א הונט האט זיך אומגעקערט צו דעם, וואס ער האט אויסגעבראכן, און אן אפגעוואשן חזיר זיך צו וואלגערן אין בלאטע! (משלי כו, יא.)
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]