Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Romans 11 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 So I ask: has our Father rejected his people? Never—I too am an Israelite, from Abraham's line, tribe of Benjamin. איך זאג דעריבער, האט דען ה׳ פארשטויסן זיין פאלק? חס ושלום! ווארום אויך איך בין א בן ישראל, פון אברהמס זאמען, פונם שבט בנימין.
2 Our Father didn't reject his people, whom he foreknew. Or don't you know what Scripture says of Elijah, how he pleads with our Father against Israel? ה׳ האט נישט פארווארפן זיין פאלק, וועלכעס ער האט געקענט פון פריער. אדער צי ווייסט איר נישט, וואס דער פסוק זאגט וועגן אליהו, ווען ער ווענדט זיך צו ה׳ קעגן ישראל, זאגנדיק:
3 "Father, they killed your prophets, tore down your altars; I alone remain, and they seek my life." אָ האר, זיי האבן געטייט דיינע נביאים, זיי האבן צעשטערט דיינע מזבחות, און איך בין איבערגעבליבן איינער אליין, און זיי זוכן מיין נפש. (מלכים א יט, יד.)
4 God's reply: "I've kept 7,000 men for myself who haven't bowed the knee to Baal." אבער וואס זאגט אים דאס קול פון ה׳? איך האב מיר איבערגעלאזט זיבן טויזנט מענער, וואס האבן נישט געבויגן קיין קני צום בעל. (מלכים א יט, יח.)
5 So too at the present time there is a remnant, chosen by grace. דעריבער אויך אזוי אין דער איצטיקער צייט איז דא אן איבערבלייבונג לויט דער בחירה פון חסד.
6 But if by grace, no longer by works; otherwise grace would no longer be grace. אויב אבער דורך חסד, איז נישט מער פון מעשים; ווייל חסד וואלט דאן נישט מער געווען חסד.
7 What then? Israel didn't get what it sought; the chosen did, but the rest were hardened. וואס דען? וואס ישראל זוכט, דאס האט ער נישט דערגרייכט, אבער די אויסדערוויילטע האבן עס יא דערגרייכט, און די איבריקע זענען פארהארטעוועט געווארן;
8 As it is written: "Our Father gave them a dulled spirit, eyes that can't see and ears that can't hear, to this day." ווי עס שטייט געשריבן: ה׳ האט זיי געגעבן א גייסט פון טיפן שלאף, אויגן, נישט צום זען, און אויערן, נישט צום הערן, ביז צום היינטיקן טאג. (ישעיהו כט, י; דברים כט, ג.)
9 And David says, "Let their table become a snare, a trap, a stumbling block, and payback for them. און דוד זאגט: זאל זייער טיש ווערן צו א פאסטקע, און צו א נעץ, און צו א שטרויכלונג, און א פארגעלטונג צו זיי;
10 Let their eyes be darkened so that they cannot see, and bend their backs forever." זאלן זייערע אויגן פינסטער ווערן, נישט צו זען, און זייער רוקן בויג אלעמאל אראפ. (תהלים סט, כג-כד.)
11 So I ask: did they stumble to fall completely? By no means! Rather, their failure brought salvation to the Gentiles, to make Israel jealous. דעריבער זאג איך, האבן זיי דען געשטרויכלט, כדי זיי זאלן פאלן? חס ושלום! נאר דורך זייער איבערטרעטונג איז די ישועה געקומען צו די נישט יידן, כדי זיי אייפערדיק צו מאכן.
12 If their sin enriches the world, and their failure enriches the Gentiles, how much more their full inclusion! אבער אויב זייער איבערטרעטונג איז געווארן דאס עשירות פון דער וועלט און זייער היזק דאס עשירות פון די פעלקער, וויפל מער זייער פולקייט!
13 I say this to you Gentiles: since I am apostle to the Gentiles, I honor my ministry, איך זאג אבער צו אייך נישט יידן, אויף וויפל איך בין דער שליח צו די נישט יידן—איך פארהערלעך מיין עבודה—
14 in the hope that I may somehow make my own people jealous and save some of them. אויב איך זאל נאר קענען ווי עס איז אייפערדיק מאכן די, וואס זענען מיין פלייש (און בלוט) און ראטעווען א טייל פון זיי.
15 If their rejection reconciled the world, what will their acceptance bring but life from the dead? ווארום אויב זייער פארווארפן ווערן איז די (סיבה פון) איבערבעטונג פאר דער וועלט, וואס וועט שוין זיין זייער אויפגענומען ווערן, אויב נישט לעבן פון די טויטע?
16 If the firstfruit is holy, so is the batch; if the root is holy, so are the branches. און אויב די תרומת העיסה איז הייליק, אזוי איז דאס גאנצע טייג אויך הייליק; און אויב דער ווארצל איז הייליק, אזוי זענען די צווייגן אויך הייליק.
17 If some branches were broken off, and you, a wild olive shoot, were grafted in among them, sharing the olive tree's rich root, און אויב אייניקע פון די צווייגן זענען אפגעבראכן געווארן, דו אבער, זייענדיק א ווילדער איילבערט בוים, ביסט צוגעזעצט געווארן צווישן זיי און ביסט געווארן מיט זיי אן אנטיילנעמער פונם ווארצל פון דעם איילבערט בוים און זיין פעטקייט,
18 don't boast over the branches. If you do, you don't support the root—the root supports you. בארים זשע דיך נישט קעגן די צווייגן; בארימסטו דיך אבער שוין יא, (געדענק זשע, אז) נישט דו טראגסט דעם ווארצל, נאר דער ווארצל דיך.
19 Then you will say, "Branches were broken off so that I might be grafted in." וועסט דעריבער זאגן: די צווייגן זענען אפגעבראכן געווארן, כדי איך זאל צוגעזעצט ווערן.
20 True. They were broken off for lack of faith; you stand by faith. Don't be proud—fear instead. גוט, דורך אומגלויבן זענען זיי אפגעבראכן געווארן, און דו שטייסט דורך גלויבן. האלט זשע דיך נישט גרויס, נאר האב מורא;
21 For if our Father did not spare the natural branches, neither will he spare you. ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די נאטירלעכע צווייגן, וועט ער אויך דיך נישט שוינען!
22 So see our Father's kindness and severity: severity to the fallen, kindness to you—if you continue in it; otherwise you too will be cut off. זע דעריבער די גוטסקייט און שטרענגקייט פון ה׳; אויף די געפאלענע—שטרענגקייט, אבער אויף דיר—גוטסקייט פון ה׳, אויב דו וועסט בלייבן אין דער גוטסקייט; אנישט וועסטו אויך אפגעהאקט ווערן.
23 And if they don't remain in lack of faith, they too will be grafted in—our Father can graft them in again. און יענע, אויב זיי וועלן נישט בלייבן אינם אומגלויבן, וועלן אויך צוגעזעצט ווערן; ווארום ה׳ קען זיי ווידער צוזעצן.
24 If you were cut from an olive wild by nature and grafted, against nature, into a cultivated one, how much more will natural branches be grafted back into their own olive tree? ווארום אויב דו ביסט אויסגעשניטן געווארן פון אן איילבערט בוים, וואס איז בטבע ווילד, און אומנאטירלעך צוגעזעצט געווארן צו א גוטן איילבערט בוים, אויף וויפל מער וועלן די דאזיקע אויף א נאטירלעכן אופן צוגעזעצט ווערן צו זייער אייגענעם איילבערט בוים?!
25 Brothers and sisters, I don't want you unaware of this mystery, so you aren't wise in your own eyes: Israel is partly hardened, until the full number of Gentiles comes in. ווארום איך וויל נישט, ברידער, אז איר זאלט נישט וויסן דעם דאזיקן סוד, כדי איר זאלט זיך נישט האלטן פאר קיין חכמים, אז א טיילווייזע פארהארטונג איז געקומען איבער ישראל, ביז די פולקייט פון די אומות העולם וועט אריינקומען;
26 So all Israel will be saved, as it is written: "The rescuer will come from Zion and remove evil from Jacob, און אזוי וועט כל ישראל ווערן דערלייזט, ווי עס שטייט געשריבן: דער גואל וועט קומען פון ציון, ער וועט אפווענדן ג‑טלאזיקייט פון יעקב.
27 and this will be my covenant with them, when I take away their sins." און דאס איז מיין בונד מיט זיי, ווען איך וועל זיי מוחל זיין זייערע זינד. (ישעיהו נט, כ-כא; תהלים יד, ז.)
28 In the gospel, they are enemies for your sake; in election, beloved because of the fathers. וואס שייך דער בשורה טובה, זענען זיי שונאים צוליב אייך, אבער וואס שייך דער בחירה זענען זיי געליבטע צוליב די אבות.
29 For the gifts and the calling of our Father are irrevocable. ווארום ה׳ האט נישט קיין חרטה אויף זיינע מתנות און רוף.
30 For just as you once disobeyed our Father, but now have received mercy through their disobedience, ווארום אזויווי איר זענט אמאל געווען אומגעהארכזאם צו ה׳, איצט אבער האט איר באקומען רחמים דורך זייער אומגעהארכזאמקייט,
31 so they too now disobeyed, so that by the mercy shown you, they too may now receive mercy. אזוי זענען אויך זיי איצט אומגעהארכזאם געווארן, כדי דורך די רחמים צו אייך זאלן זיי איצט אויך דערלאנגען רחמים.
32 For our Father has bound everyone over to disobedience, that he may have mercy on all. ווארום ה׳ האט אלעמען איינגעשלאסן אין דער אומגעהארכזאמקייט, כדי ער זאל זיין רחמנותדיק צו אלעמען.
33 Oh, the depth of the riches and the wisdom and the knowledge of our Father! How unsearchable are his judgments and how untraceable his ways! אָ, וואס פאר א טיפקייט פון רייכטום און חכמה און וויסן פון ה׳! ווי אומפארשטענדלעך זענען זיינע משפטים און אומאויספארשבאר זיינע דרכים!
34 "For who has known the mind of our Father, or who has been his counselor? ווארום ווער האט געוואוסט די מחשבה פון דעם האר? אדער ווער איז געווען זיין ראטגעבער?
35 Or who has given a gift to him that he might be repaid?" אדער ווער האט אים פריער געגעבן, און עס זאל אים צוריקגעגעבן ווערן? (ישעיהו מ, יג.)
36 For from him and through him and to him are all things. To him be the glory forever. Amen. אז אלץ איז פון אים און דורך אים און צו אים; אים זיי כבוד אויף אייביק. אמן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]