Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

John 2 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 On the third day, a wedding took place in Cana of Galilee; Jesus's mother was there. און דעם דריטן טאג איז געווען א חתונה אין קנה פון גליל; און ישועס מוטער איז דארטן געווען,
2 Jesus and his disciples were also invited to the wedding. און אויך יהושע/ישוע און זיינע תלמידים זענען פארבעטן געווארן אויף דער חתונה.
3 When the wine ran out, the mother of Jesus said to him, "They have no wine." און ווען עס האט אויסגעפעלט וויין, זאגט ישועס מוטער צו אים: זיי האבן נישט קיין וויין.
4 "Woman, why are you bringing me into this?" Jesus replied. "My hour has not yet come." און יהושע/ישוע זאגט צו איר: וואס האב איך מיט דיר, אשה? מיין שעה איז נאך נישט געקומען.
5 His mother said to the servants, "Do whatever he tells you." זאגט זיין מוטער צו די סארווערס: וואס ער וועט אייך זאגן, זאלט איר טאן.
6 Six stone water jars stood there, used for Jewish purification, each holding twenty to thirty gallons. און דארטן זענען געווען אוועקגעשטעלט זעקס שטיינערנע וואסערגעפעסן, לויטן מנהג פון וואשן זיך ביי יידן, יעדעס איינע האט אנטהאלטן צו צוויי אדער דריי עמער.
7 Jesus said to them, "Fill the jars with water," so they filled them to the brim. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: פילט אָן די געפעסן מיט וואסער. און זיי האבן די דאזיקע אנגעפילט ביז ארויף.
8 He told them, "Draw some out now, and take it to the head steward." So they did. און ער זאגט צו זיי: איצט שעפט אָן און טראגט עס צו דעם, וואס זיצט אויבנאן. און זיי האבן עס געטראגן.
9 The master of the banquet tasted the water now wine, not knowing its source—though the servants who drew it knew. So he called the bridegroom aside, ווי אבער דער, וואס איז געזעסן אויבנאן האט טועם געווען דאס וואסער, וואס איז געווארן וויין, און האט נישט געוואוסט פונוואנען עס איז—די סארווערס אבער, וואס האבן געשעפט דאס וואסער, האבן יא געוואוסט—רופט דער, וואס איז געזעסן אויבנאן דעם חתן,
10 and said, "Everyone serves the good wine first, then the lesser once guests are drunk. But you've kept the good wine till now." און זאגט צו אים: יעדער מענטש שטעלט קודם כל אוועק דעם גוטן וויין, און ווען מען האט זיך שוין אנגעטרונקען, דעמאלט דעם ערגערן; און דו האסט באהאלטן דעם גוטן וויין ביז איצט.
11 Jesus performed this first sign at Cana in Galilee. He revealed his glory, and his disciples believed in him. דעם דאזיקן אנהויב פון די נסים האט יהושע/ישוע געמאכט אין קנה פון גליל, און האט אנטפלעקט זיין הערלעכקייט, און זיינע תלמידים האבן אין אים געגלויבט.
12 After this he went down to Capernaum with his mother, brothers, and disciples, and stayed there a few days. נאך דעם איז ער אראפגעגאנגען קיין כפר‑נחום, ער און זיין מוטער און די ברידער און זיינע תלמידים, און זענען דארט פארבלייבן נישט קיין סך טעג.
13 When the Jewish Passover was near, Jesus went up to Jerusalem. און דער יידישער פסח איז געווען נאענט, און יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.
14 In the temple courts he found sellers of cattle, sheep, and doves, and others sitting at tables exchanging money. און האט געפונען אין בית המקדש די פארקויפער פון רינדער און שאף און טויבן, און די געלט וועקסלער זיצן.
15 He made a whip of cords and drove them all out of the temple courts, sheep and cattle alike, poured out the money-changers' coins, and overturned their tables. און ער האט געמאכט א קאנטשיק פון שטריקלעך און אלעמען ארויסגעטריבן פונם בית המקדש מיט די שאף און די רינדער; און אויסגעשיט דאס געלט פון די אויסבייטער און די טישן אומגעקערט;
16 To the dove sellers he said, "Take these out of here! Don't make my Father's house a marketplace." און צו די, וואס האבן פארקויפט טויבן, האט ער געזאגט: נעמט די דאזיקע אוועק פונדאנען; מאכט נישט פון מיין פאטערס הויז א הויז פון מסחר.
17 His disciples remembered that it is written: "Zeal for your house will consume me." זיינע תלמידים האבן זיך דערמאנט, אז עס שטייט געשריבן: דער אייפער פון דיין הויז האט מיך פארצערט. (תהלים סט, י.)
18 So the Jews asked, "What sign will you show us for doing these things?" די יידן האבן דעריבער געענטפערט און געזאגט צו אים: וואס פאר א צייכן ווייזט דו אונדז, אז דו טוסט די דאזיקע זאכן?
19 Jesus answered them, "Destroy this temple, and in three days I will raise it up." האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: צעשטערט דעם דאזיקן היכל, און אין דריי טעג וועל איך אים אויפשטעלן.
20 They replied, "This temple took forty-six years to build, and will you raise it in three days?" אזוי האבן די יידן געזאגט: זעקס און פערציק יאר איז דער דאזיקער היכל געבויט געווארן, און דו שטעלסט אים אויף אין דריי טעג?
21 But the temple he had spoken of was his body. ער אבער האט גערעדט וועגן דעם היכל פון זיין אייגענעם גוף.
22 After he rose from the dead, his disciples remembered he had said this, and believed the Scripture and the word Jesus had spoken. דעריבער, ווען ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, האבן זיך זיינע תלמידים דערמאנט, אז ער האט דאס דאזיקע געזאגט; און האבן געגלויבט אין דער (הייליקער) שריפט און אין דעם ווארט, וואס יהושע/ישוע האט געזאגט.
23 While he was in Jerusalem at the Passover, many saw the signs he did and trusted in his name. און בעת ער איז געווען אין ירושלים דעם יום טוב פסח, האבן א סך געגלויבט אין זיין נאמען, זעענדיק די נסים, וואס ער האט געטאן.
24 But Jesus would not entrust himself to them, for he knew all people. יהושע/ישוע אליין אבער האט זיך זיי נישט פארטרויט, ווייל ער האט אלעמען געקענט,
25 He didn't need anyone's testimony about people—he knew what was in each one. און נישט נייטיק געהאט, אז עמיצער זאל עדות זאגן וועגן דעם מענטשן; ווארום ער אליין האט געוואוסט וואס עס איז אין א מענטשן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]