Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

John 16 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 "I have told you all this so that you will not fall away. דאס האב איך צו אייך גערעדט, כדי איר זאלט נישט ניכשול ווערן.
2 They will expel you from synagogues; but the hour is coming when whoever kills you will think he offers a service to God. מען וועט אייך לייגן אין חרם אריין; יא, עס קומט אָן א שעה, אז יעדער איינער, וואס וועט אייך הרגענען, וועט מיינען, ער דינט ה׳ מיט דעם.
3 They will do this because they have not known the Father or me. און דאס וועלן זיי טאן, ווייל זיי האבן נישט געקענט דעם פאטער, און נישט מיך.
4 But I've told you this so that when their hour comes, you'll remember I told you. I didn't tell you this from the start, because I was with you. און דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי ווען די שעה וועט קומען, זאלט איר זיך דערמאנען דערין, אז איך האב עס אייך געזאגט. אין אנהויב אבער האב איך עס אייך נישט געזאגט, ווייל איך בין געווען מיט אייך.
5 "But now I'm going to him who sent me, and none of you asks me, 'Where are you going?' און איצט גיי איך צו אים, וואס האט מיך געשיקט; און קיין איינער פון אייך פרעגט מיך נישט: וואואהין גייסטו?
6 Instead, because I have said these things to you, sorrow has filled your heart. נאר ווייל איך האב דאס גערעדט צו אייך, האט עצבות אנגעפילט אייער הארץ.
7 I tell you the truth: my going is for your good. If I don't go, the Helper, the Holy Spirit, won't come to you. But if I go, I will send him to you. איך זאג אייך אבער דעם אמת: עס איז גוט פאר אייך, אז איך גיי אוועק; ווארום אויב איך זאל נישט אוועקגיין, וועט דער פרקליט בשום אופן נישט קומען צו אייך; און אויב איך גיי יא, וועל איך אים שיקן צו אייך.
8 And when he comes, he will convict the world concerning sin and righteousness and judgment: און ווען ער וועט קומען, וועט ער איבערצייגן די וועלט וועגן זינד און וועגן צדקות און וועגן משפט:
9 concerning sin, because they do not believe in me; וועגן זינד, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט אין מיר;
10 concerning righteousness, because I am going to my Father and you will see me no longer; און וועגן צדקות, ווייל איך גיי צום פאטער, און איר וועט מיך מער נישט זען;
11 concerning judgment, because the ruler of this world has been judged. און וועגן משפט, ווייל דער שר פון דער דאזיקער וועלט איז געמשפט געווארן.
12 "I still have many things to say to you, but you cannot bear them now. נאך א סך האב איך אייך צו זאגן, נאר איר קענט עס איצט נישט דערטראגן.
13 But when he, the Spirit of truth, comes, he will guide you into all truth. He won't speak on his own, but will speak whatever he hears, and will tell you what is coming. דאך ווען ער וועט קומען, דער גייסט פון אמת, וועט ער אייך פירן אין דעם גאנצן אמת אריין; ווארום ער וועט נישט רעדן פון זיך אליין, נאר אלץ, וואס ער הערט, וועט ער רעדן; און ער וועט אייך אנזאגן דאס, וואס דארף ערשט קומען.
14 He will glorify me, for he will take what is mine and tell it to you. ער וועט מיך פארהערלעכן, ווייל ער וועט באקומען פון דעם, וואס איז מיין און וועט עס אייך דערקלערן.
15 All my Father has is mine; that's why I said he takes from what is mine and will tell you. אלץ, וואס דער פאטער האט, איז מיין; דערפאר האב איך געזאגט, אז ער נעמט פון דעם, וואס איז מיין, און וועט עס אייך אנזאגן.
16 "Soon you'll no longer see me; then soon again you'll see me." נאך א קליינע וויילע, און איר זעט מיך מער נישט; און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך יא זען.
17 So some of his disciples asked each other, "What does he mean: 'In a little while you will not see me, and then in a little while you will see me,' and, 'Because I am going to the Father'?" אייניקע פון זיינע תלמידים האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: וואס איז דאס דאזיקע, וואס ער זאגט אונדז: א קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט; און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך יא זען? און: ווייל איך גיי צו דעם פאטער?
18 So they kept saying, "What does he mean, 'a little while'? We don't know what he's talking about." דעריבער האבן זיי געזאגט: וואס איז דאס דאזיקע, וואס ער זאגט: א קליינע וויילע? מיר פארשטייען נישט, וואס ער רעדט.
19 Jesus knew they wanted to ask him, so he said to them, "Are you asking each other what I meant by saying, 'In a little while you will not see me, and then a little while you will see me'? יהושע/ישוע האט געמערקט, אז זיי ווילן אים פרעגן, און ער האט צו זיי געזאגט: איר פרעגט זיך נאך, איינער ביים אנדערן, וועגן דעם דאזיקן, וואס איך האב געזאגט: א קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט, און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך זען?
20 "Truly, truly, I tell you: you will weep and mourn, but the world rejoices. You'll grieve, but your grief will become joy. באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט וויינען און קלאגן, אבער די וועלט וועט זיך פרייען; איר וועט זיין טרויעריק, נאר אייער טרויער וועט ווערן א שמחה.
21 A woman in labor has pain because her hour has come; but once she gives birth, she forgets the anguish, because she is joyful that a person has been born into the world. א פרוי, ווען זי גייט צו קינד, איז טרויעריק, ווייל איר שעה איז געקומען; ווען אבער זי האט געבוירן דאס קינד, געדענקט זי מער נישט די אנגסט, צוליב דער פרייד, אז א מענטש איז געבוירן געווארן אין דער וועלט אריין.
22 So you also have sorrow now, but I will see you again, and your heart will rejoice, and no one will take your joy from you. אזוי האט איר אויך איצט צער; איך וועל אייך אבער ווידער זען, און אייער הארץ וועט זיך פרייען, און די שמחה אייערע וועט קיינער נישט אוועקנעמען פון אייך.
23 In that day you will ask me nothing. Truly, truly, I tell you: whatever you ask my Father in my name, he will give you. און אין יענעם טאג וועט איר מיך גארנישט מער פרעגן. באמת, באמת זאג איך אייך: וואס איר וועט נאר בעטן דעם פאטער וועט ער אייך געבן אין מיין נאמען.
24 Until now you've asked nothing in my name. Ask, and you will receive, so your joy may be complete. ביז אצונד האט איר גארנישט געבעטן אין מיין נאמען; בעט, און איר וועט באקומען, כדי אייער פרייד זאל ווערן פול.
25 I've told you these things in figures. The hour is coming when I'll no longer speak in figures, but tell you plainly about my Father. די דאזיקע זאכן האב איך גערעדט צו אייך אין משלים; עס קומט אָן א שעה, ווען איך וועל מער נישט רעדן צו אייך אין משלים, נאר אייך אנזאגן אפן וועגן דעם פאטער.
26 That day you'll ask in my name, and I'm not telling you I'll ask my Father on your behalf; אין יענעם טאג וועט איר בעטן אין מיין נאמען; און איך זאג אייך נישט, אז איך וועל בעטן דעם פאטער פאר אייערטוועגן;
27 for the Father himself loves you, because you've loved me and believed I came from our Father. ווארום דער פאטער אליין האט אייך ליב, ווייל איר האט מיך ליב, און גלויבט, אז איך בין ארויסגעקומען פון ה׳.
28 I came from my Father and entered the world; again, I leave the world, going to my Father." איך בין ארויסגעקומען פון דעם פאטער, און בין געקומען אין דער וועלט אריין; ווידער פארלאז איך די וועלט, און גיי צו דעם פאטער.
29 His disciples said, "Now you are speaking plainly and not using any figure of speech! זאגן זיינע תלמידים: זע, איצט רעדסטו אפן, און זאגסט נישט קיין משל.
30 Now we know you know everything and need no one to ask you questions; so we believe you came from our Father." איצט ווייסן מיר, אז דו ווייסט אלץ, און דארפסט נישט, אז עמיצער זאל דיך פרעגן; דורך דעם גלויבן מיר, אז דו ביסט ארויסגעקומען פון ה׳.
31 Jesus replied, "Do you now believe? האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: איצט גלויבט איר?
32 "See, the hour is coming—has come—when you'll be scattered, each to his own home, leaving me alone. Yet I'm not alone; my Father is with me. זע, עס קומט א שעה, און איז שוין אנגעקומען, אז איר זאלט צעשפרייט ווערן, יעדער איינער צו די זייניקע, און מיך וועט איר איבערלאזן איינעם אליין; און איך בין (דאך) נישט איינער אליין, ווייל דער פאטער איז מיט מיר.
33 I've told you this so you may have peace in me. In the world you'll face trouble, but take heart—I've overcome the world." דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]